אַ לויבגעזאַנג צו מאָנטרעאָל

In Praise of Montreal

אַנרי אָפּענהײַם (רעכטס), דער פֿראַנקרײַך־געבוירענער גרינדער פֿון דער קאַפּעליע „מאַגילאַ‟
אַנרי אָפּענהײַם (רעכטס), דער פֿראַנקרײַך־געבוירענער גרינדער פֿון דער קאַפּעליע „מאַגילאַ‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 21, 2016, issue of March 18, 2016.

מיט עטלעכע יאָר צוריק איז אַנרי אָפּענהײַם, דער פֿראַנקרײַך־געבוירענער גרינדער פֿון דער קאַפּעליע „מאַגילאַ‟, געזעסן אין קעלער פֿון דער מאָנטרעאָלער ייִדישער ביבליאָטעק, און סתּם אויף טשיקאַוועס אָנגעהויבן בלעטערן אַן אַנטאָלאָגיע פֿון איבערגעזעצטע לידער פֿון די מאָנטרעאָלער ייִדישע פּאָעטן, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי זענען געווען אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן.

וואָס מער אָפּענהײַם האָט געלייענט, אַלץ מער פֿאַרכאַפּט איז ער געוואָרן מיט זייערע ווערטער. טאַקע דעמאָלט האָט ער באַשלאָסן, אַז ער וועט צושטעלן מוזיק צו די פֿאַרגעסענע לידער, כּדי זיי ווידער אויפֿצולעבן. דער פּראָיעקט, וואָס האָט געפֿאָדערט אַ סך פֿאָרש־אַרבעט, איבערזעצונגען, און דערצו — די געוויינטלעכע האָרעוואַניע פֿון רעקאָרדירן אַ קאָמפּאַקטל, האָט אויך געדאַרפֿט פֿינאַנציעלע הילף עס דורכצופֿירן. האָט אָפּענהײַם גלײַכצײַטיק זיך געוואָנדן צום ברייטן עולם דורך אַן „אינדיגאָגאָ‟־קאַמפּאַניע (אַ מיטל צו זאַמלען געלט פֿאַר פּראָיעקטן דורך דער אינטערנעץ).

„ווי די פּאָעטן, האָב איך אַליין אימיגרירט אַהער, כּדי אָנצוהייבן אַ נײַ לעבן,‟ האָט אַנרי געשריבן אויף דער Indiegogo זײַט. „כ׳האָב דערפֿילט אַן אור־אַלטע פֿאַרבינדונג מיט זייערע ווערטער.‟

דעם מאָנטיק, דעם 22סטן פֿעברואַר, וועט אָפּענהײַמס חלום, סוף־כּל־סוך, מקוים ווערן: „מאַגילאַ‟ וועט אַרויסלאָזן אַ קאָמפּאַקטל פֿון 15 לידער, וואָס דער טעקסט האָבן אָנגעשריבן זיבן אָנגעזעענע ייִדישע פּאָעטן אין קאַנאַדע אינעם 20סטן יאָרהונדערט, און וואָס אָפּענהײַם האָט פֿאַר זיי צוגעשטעלט נײַע מעלאָדיעס — סײַ פֿאָלקישע, סײַ מאָדערן־עלעקטראָנישע. די מחברים אין דער זאַמלונג: יעקבֿ־יצחק סעגאַל, חווה ראָזענפֿאַרב, רחל קאָרן, מלך ראַוויטש, אײַדאַ מאַזע, אַ. מ. קלײַן און נ. י. גאָטליב.

דער אויסקלײַב פֿון די לידער אויפֿן קאָמפּאַקטל, וואָס הייסט Tur Malka (The Yiddish Poets of Montreal), האָבן דורכגעפֿירט דרײַ אָרטיקע ייִדיש־מבֿינים — פּיער אַנקטיל, רבֿקה אויגענפֿעלד און גאָלדע מאָרגענטאַלער.

דאָס קאָמפּאַקטל וועט זײַן צום פֿאַרקויפֿן ווען „מאַגילאַ‟ טרעט אויף זונטיק, דעם 28סטן פֿעברואַר, בײַם „אָרקעסטער מעטראָפּאָליטען‟ אינעם „מעזאָן סימפֿאָניק‟, מאָנטרעאָל. 

כּדי צו געבן די צוהערער אַ פֿאָרשפּײַז פֿונעם קומעדיקן קאָמפּאַקטל, האָט „מאַגילאַ‟ שוין אַרויסגעשטעלט אויף „יו־טוב‟ דאָס ליד פֿון י. י. סעגאַל, „וווּנדערשטאָט‟, אַ לויבגעזאַנג צו מאָנטרעאָל.

י. י. סעגאַל
י. י. סעגאַל

י. י. סעגאַל (1896־1954), וואָס זײַנע לידער האָט מען יאָרן לאַנג געלייענט און רעציטירט אין די וועלטלעכע ייִדישע שולן, האָט געהייסן פֿון דער היים יעקבֿ־יצחק סקאָלאַר. ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל סלאָפּקאָוויץ, הײַנט אוקראַיִנע. זײַן טאַטע, אַ געלערנטער און אַ חזן, איז געשטאָרבן ווען יעקבֿ־יצחק איז געווען בלויז דרײַ יאָר אַלט, און זײַן פֿאַראָרעמטע מאַמע האָט אים דערצויגן אינעם שטעטל קאָרעץ, וואָס איז שפּעטער געוואָרן דער הינטערגרונט פֿון אַ סך זײַנע לידער.

סעגאַל איז אָנגעקומען אין מאָנטרעאָל אין 1910, און האָט אָנגעהויבן שיקן זײַנע לידער און עסייען אין דער מאָנטרעאָלער טאָג־צײַטונג, „דער קאַנאַדער אָדלער‟. אין די 1920ער איז ער געוואָרן זייער אַקטיוו אין דער ייִדישער ליטעראַרישער און פּאָליטישער וועלט, זיך אָנגעשלאָסן אינעם אָרטיקן „פּועלי־ציון‟ און געאַרבעט ווי אַ לערער אין דער ייִדישער פֿאָלקשול. ער האָט געגרינדעט עטלעכע ייִדישע ליטעראַרישע זשורנאַלן, און פּובליקירט אַ צאָל בענד פֿון זײַן אייגענער פּאָעזיע אין מאָנטרעאָל, ניו־יאָרק און מיזרח־אייראָפּע.

סעגאַל מיט זײַן פֿרוי האָבן אויך פֿאַרבראַכט פֿינף יאָר אין ניו־יאָרק, וווּ ער איז געוואָרן נאָענט מיט די אָרטיקע ייִדישע שרײַבער, און אין 1928 האָבן זיי זיך אומגעקערט קיין מאָנטרעאָל. אין 1941 איז ער, צוזאַמען מיט מלך ראַוויטש, געוואָרן דער ליטעראַרישער רעדאַקטאָר פֿונעם „אָדלער‟.

במשך פֿון זײַן לעבן האָט סעגאַל אַרויסגעלאָזט 10 בענד פּאָעזיע, אַרײַנגערעכנט דאָס ערשטע בוך ייִדישע פּאָעזיע, וואָס איז אַ מאָל געדרוקט געוואָרן אין מאָנטרעאָל: „פֿון מײַן וועלט‟, אין 1918.