ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין היוסטאָן

Yiddish Conference in Houston

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 21, 2016, issue of March 18, 2016.

דעם 19טן און 20טן מאַרץw אינעם רײַס־אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך אין דער שטאָט היוסטאָן, שטאַט טעקסאַס, וועט פֿאָרקומען אַן אָפֿענע אומזיסטע קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

שבת, אויף דער ערשטער סעסיע פֿון דער קאָנפֿערענץ, וועט טעלמאַ פֿענסטער פֿונעם פֿאָדהאַם־אוניווערסיטעט פֿרעגן די קשיא, צי מע זאָל באַטראַכט די פֿריִיִקע ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ פּאָפּולערן פֿיקציע־זשאַנער? די פּראָפֿעסאָרין ספּעציאַליזירט זיך אין אַלט־ייִדישע ווערק. אין מײַ 2015 האָט זי אָרגאַניזירט אַ פּרעזענטאַציע פֿון אַ צאָל פֿאָרשונגען אויף דער דאָזיקער טעמע בעת 50סטן קאָנגרעס פֿון מיטל־עלטערלעכע שטודיעס אינעם אוניווערסיטעט פֿון מערבֿ־מישיגען.

דער באַקאַנטער פֿראַנצויזישער ייִדיש־פֿאָרשער זשאַן באַומגאַרטען וועט אויך אויפֿטרעטן מיט אַ לעקציע וועגן אַ געוויס אַלט־ייִדיש ווערק, „מעשׂה־השם‟ — אַן אַנטאָלאָגיע פֿון אַלטע פֿאָלקס־מעשׂיות, געדרוקט אין פֿראַנקפֿורט אינעם יאָר 1691. דערנאָך, וועט דער אַמסטערדאַמער פּראָפֿעסאָר עמיל שריווער דערציילן וועגן ייִדישע אויפֿשריפֿטן אין אילוסטרירטע האַנטשריפֿטלעכע סידורים פֿונעם 18טן יאָרהונדערט.

די צווייטע און דריטע סעסיע וועט זיך אָנהייבן מיט ד״ר יצחק גאָטעסמאַנס לעקציע וועגן דעם עסטעטישן און קולטורעלן אַספּעקט פֿון ייִדישע באַלאַדעס. דערנאָך וועט ד״ר דײַאַן וואָלפֿטאַל דערציילן וועגן די קינסטלערישע אימאַזשן אין איטאַליענישע ייִדישע ביכער.

ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט אינעם 17טן יאָרהונדערט שבתי צבֿי געהאָפֿט צו ברענגען די גאולה. דאָס האָט זיך אים נישט אײַנגעגעבן, און די אָטאָמאַנישע מאַכט האָט אים געצוווּנגען צו ווערן אַ מוסולמענער. ווי אַזוי ווערט זײַן פּערזענלעכקייט באַטראַכט אין דער ייִדישער און דײַטשיש־קריסטלעכער ליטעראַטור? וועגן דעם וועט דערציילן סאָניאַ גאָלאַנס פֿונעם פּענסילוועניע־אוניווערסיטעט.

דער ערשטער טאָג פֿון דער קאָנפֿערענץ וועט זיך שליסן מיט אַסף גלאיס פֿילם „די מוזעס פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער‟, וואָס דערציילט וועגן די ענגלישע איבערזעצערינס פֿונעם באַרימטן ייִדישן שרײַבער. צוליב ראָמאַנטישע באַציִונגען, איז באַשעוויסעס איבערזעצערישער „האַרעם‟, ווי ער האָט זיך אַמאָל אַליין אויסגעדריקט, געוואָרן אַ וויכטיקער קוואַל פֿון זײַן שעפֿערישער אינספּיראַציע.

אויפֿן צווייטן טאָג פֿון דער קאָנפֿערענץ, וועלן די ערשטע צוויי לעקציעס זיך פֿאָקוסירן אויף פּאָליטישע טעמעס. שחר פּינסקער פֿונעם מישיגען־אוניווערסיטעט וועט דערציילט וועגן די אַמאָליקע דיסקוסיעס אויף ייִדיש אין קאַווע־הײַזער, און אַנאַ־עלענאַ טאָרעס פֿון „בערקלי‟ — פֿאַרגלײַכן די אַנאַרכיסטישע פּאָעזיע אויף ייִדיש און ענגליש.

אין דער לעצטער סעסיע דערוואַרט מען, אַז סאָני יודקאָף, פֿונעם שיקאַגער אוניווערסיטעט, וועט אַנאַליזירן דעם שפּעטערדיקן סטיל פֿון יעקבֿ גלאַטשטיינס ווערק. נישט לאַנג צוריק, האָט יודקאָף אָרגאַניזירט אַן אינטערעסאַנטע אויסשטעלונג וועגן די אַמאָליקע שיקאַגער ייִדישע פֿאַרלאַגן, וואָס ווערט איצט דורכגעפֿירט ביזן 20טן מאַרץ, אין דער ביבליאָטעק פֿון איר אוניווערסיטעט.

בײַם סוף, וועט ד״ר מעליסאַ ווײַנינגער, וואָס פֿירט לעקציעס פֿון העברעיִש און פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדיש־שטודיעס אינעם רײַס־אוניווערסיטעט, וווּ די קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרגעקומען, דערציילן וועגן די גענדער־ענינים אין די לידער פֿון אַנאַ מאַרגאָליס. די באַקאַנטע פּאָעטעסע האָט געווידמעט אַ ריי ווערק אַ באַרימטער פֿרוי־פֿיגור, וואָס טרעפֿט זיך זעלטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור — דהײַנו, דער קריסטלעכער בתולה מאַריע.

דער רײַס־אוניווערסיטעט, אַ גרויסער און באַקאַנטער פּריוואַטער פֿאָרש־צענטער אין טעקסאַס, פֿאַרנעמט זיך אַקטיוו מיט ייִדישע און ייִדיש־שטודיעס. די דערמאָנטע פּראָפֿעסאָרין דײַאַן וואָלפֿטאַל אַרבעט אויך אינעם דאָזיקן אוניווערסיטעט. זי איז באַקאַנט ווי אַ פֿאָרשערין פֿון ייִדישע כּתבֿ־ידן און די מחברטע פֿון אַ בוך וועגן פּרעכטיקע אילוסטרירטע מאַנוסקריפּטן אויף ייִדיש, געשאַפֿן אינמיטן דער רענעסאַנס־תּקופֿה אין צפֿון־איטאַליע.