אַ ייִדישער קאַרנאַוואַל פֿון די בעלי־חיים

A Yiddish Carnival of the Animals

אַ זײַטל פֿון „נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן‟
אַ זײַטל פֿון „נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 23, 2016, issue of March 18, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אײַזנער האָט דערקלערט, אַז זי האָט צום ערשטן מאָל געלייענט „נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן‟ מיט פֿיר אָדער פֿינף יאָר צוריק, ווען די זינגערין און ביבליאָטעקאַרשע מרים־חיה סגל האָט איר געשאָנקען אַן עקזעמפּלאַר. דאָס בוך איז איר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן און זי האָט אַ סך באַטראַכט די קופּלעטן, ווײַל זי האָט אויסגענוצט דעם טעקסט צו פֿאַרשטאַרקן איר ייִדיש נאָך דעם, וואָס זי האָט פֿאַרענדיקט די זומער־פּראָגראַם בײַם „ייִוואָ‟. „ס׳איז מיר געווען אַ חידוש, וואָס מע האָט פֿריִער ניט צוזאַמענגעשטעלט די סוויטע ’דער קאַרנאַוואַל פֿון די בעלי־חיים‘ מיט ’ניט געשטויגן ניט געפֿלויגן‘, ווײַל ס׳זעט מיר אויס ווי אַ באַשערטע זאַך‟, האָט אײַזנער צוגעגעבן.

ניט געקוקט אויף דער דאָזיקער באַשערטקייט, האָט מען געדאַרפֿט אַ ביסל צוגעבן צו סאַנדלערס טעקסט, כּדי עס זאָל שטימען מיט דער מוזיק. יעדער טייל פֿון דער סוויטע איז געווידמעט אַן אַנדער חיה און זעקס פֿון די באַשעפֿענישן, וואָס ווערן דערמאָנט אין דער מוזיקאַלישער קאָמפּאָזיציע, געפֿינען זיך ניט אין סאַנדלערס בוך. די מיטגלידער פֿונעם שמועס־קרײַז בײַם „ייִדיש־ווינקל‟ האָבן דערפֿאַר געדאַרפֿט אַליין אויסטראַכטן נאָך זעקס קופּלעטן, וואָס וועלן באַגלייטן די מוזיקאַלישע טיילן וועגן יענע חיות, וואָס געפֿינען זיך ניט אינעם אָריגינעלן טעקסט. „מיר האַלטן אַוודאי ניט, אַז אונדזערע קופּלעטן זענען אַזוי געלונגען ווי סאַנדלערס, אָבער מיר האָבן צוזאַמענגעאַרבעט אויף זיי, און איך האַלט, אַז זיי געבן צו צו דער פּראָגראַם‟, האָט אײַזנער דערקלערט.

נאָכן „קאַרנאַוואַל‟ אַליין פּלאַנירט אײַזנער נאָך עפֿנטלעכע פּראָגראַמען לכּבֿוד דעם ייִדיש־ווינקלס 25סטן יוביליי. אין איין פּראָגראַם, למשל, וועט מען פֿאָרשטעלן די אָריגינעלע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס פֿון פֿרויען־קאָמפּאָזיטאָרינס, וואָס זיי שאַפֿן איצט ספּעציעל צו באַגלייטן די לידער פֿון אַנאַ מאַרגאָלין. מע וועט פֿאָרליינען מאַרגאָלינס לידער אויף ייִדיש, ווי אויך אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון ד״ר בערל זומאָף.

„ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מיר זענען אַ ’ייִדיש־ווינקל‘, וויל איך בפֿירוש פֿאָרשטעלן פּראָגראַמען, וואָס וועלן אַרויסנעמען ייִדיש פֿון איר ווינקל און אים ברענגען צו אַ גרעסערן עולם‟, האָט אײַזנער צוגעגעבן. „מיר ווילן ווײַזן, אַז די קולטור און שפּראַך בלײַבן לעבעדיק און שעפֿעריש‟.

דער „קאַרנאַוואַל פֿון די בעלי־חיים‟ וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 13טן מאַרץ, בײַם מיניאַפּאָליסער ייִדישער קהילה־צענטער אין „סיינט־לויִס־פּאַרק‟, מינעסאָטאַ. די פּראָגראַם הייבט זיך אָן דרײַ אַזייגער נאָכמיטאָג).