אַ נײַער קוק אויפֿן לעאָ פֿראַנק־ענין

A New Look at the Leo Frank Case

צוויי דערמאָרדעטע, מערי פֿייגאַן און לעאָ פֿראַנק, אויף וועלכע עס פֿאָקוסירט זיך די אויסשטעלונג
צוויי דערמאָרדעטע, מערי פֿייגאַן און לעאָ פֿראַנק, אויף וועלכע עס פֿאָקוסירט זיך די אויסשטעלונג

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 23, 2016, issue of March 18, 2016.

דעם 26סטן פֿעברואַר וועט זיך אינעם ניו־יאָרקער „מוזיי פֿון ייִדישער קולטור־ירושה‟ עפֿענען אַ אויסשטעלונג אין אָנדענק פֿונעם טראַגיש אומגעקומענעם לעאָ פֿראַנק.

די עקספּאָזיציע, וואָס טראָגט דעם נאָמען „זוכנדיק יושר: דער לעאָ פֿראַנק־ענין ווידער באַטראַכט‟, וועט דערציילן וועגן די טראַגישע מאָמענטן און געשעענישן אַרום דעם מאָרד פֿון דער 13־יאָריקער מערי פֿייגאַן, נאָך וועלכן דער צעיושעוועטער המון האָט דערהרגעט דעם ייִדישן פֿאַבריק־באַאַמטן לעאָ פֿראַנק, דעם 17טן אויגוסט, 1915. אין שײַכות צום 100־יאָריקן יאָרטאָג נאָך זײַן טויט, ווערן לעצטנס דורכגעפֿירט פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען.

פֿייגאַן האָט געאַרבעט אין דער זעלבער פֿאַבריק, וווּ פֿראַנק האָט געדינט ווי אַ פֿאַרוואַלטער. עמעצער האָט פֿאַרגוואַלדיקט און דערמאָרדעט דאָס מיידל; איר גוף האָט מען געפֿונען אינעם פֿאַבריק־קעלער. די פּאָליציי האָט אַרעסטירט עטלעכע פֿאַרדעכטיקטע, אַרײַנגערעכנט פֿראַנק. צוליב די קלאַנגען, אַז ער האָט כּסדר געהאַט אינטימע באַציִונגען מיט די מיידלעך אויף דער פֿאַבריק, האָט מען אים באַשולדיקט; צוערשט, פֿאַרמישפּט צום טויט, און דערנאָך באַשלאָסן אײַנצוזעצן אין תּפֿיסה אויפֿן גאַנצן לעבן. דער אומצופֿרידענער המון האָט אים אָבער אַרויסגעגנבֿעט פֿון תּפֿיסה און „געלינטשט‟.

צוליב די קאָמפּליצירטע אומשטענדן פֿון דער מעשׂה, רופֿט זי נאָך אַלץ אַרויס פֿאַרשיידענע דעבאַטן. ערשט אינעם יאָר 1986 האָבן די אַמעריקאַנער געריכט־אינסטאַנצן באַשלאָסן, אַז ס׳איז נישט געווען גענוג ראַיות צו באַשולדיקן פֿראַנק אינעם מאָרד. דער סתּירותדיקער מישפּט און דאָס „לינטשן‟ האָט אָבער גורם געווען אַ גרויסע קאַמפּאַניע קעגן דיסקרימינאַציע און אַנטיסעמיטיזם אינעם גאַנצן לאַנד. אין דער זעלבער צײַט, האָט די דאָזיקע קאַמפּאַניע אַרויסגערופֿן אַ מעכטיקע רעאַקציע; דער רעש אַרום לעאָ פֿראַנק האָט ווידער אַקטיוויזירט די עקסטרעמיסטן פֿון „קו־קלאָקס־קלאַן‟.

די נײַע אויסשטעלונג שטעלט דעם טראָפּ אויפֿן אַלגעמיינעם מצבֿ אינעם אַמאָליקן אַמעריקאַנער דרום, וווּ עס האָט געהערשט ראַסיזם, רעליגיעזע שׂינאה, און טיפֿע סיכסוכים צווישן דעם אָרעמען און רײַכן קלאַס. פֿראַנק האָט אויסגעפֿירט אַ פֿאַרוואַלטונג־אַרבעט אויף אַ פֿאַבריק, וווּ מע האָט כּסדר עקספּלואַטירט יונגע מיידלעך. דאָס איז געווען איינע פֿון די סאָציאַלע סיבות, וואָס האָבן אַרויסגערופֿן אַ טיפֿע שׂינאה און פֿאָראורטל קעגן אים.

די עקספּאָנאַטן, וואָס מע וועט ווײַזן דעם עולם די קומענדיקע וואָך, זענען אַ רעזולטאַט פֿון 20 יאָר פֿאָרשן און זאַמלען אַרכיוו־מאַטעריאַלן. די אויסשטעלונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן „ירושה־מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון וויליאַם ברעמאַן‟ אין אַטלאַנטע, דזשאָרדזשיע. דער ניו־יאָרקער „מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1997 און געפֿינט זיך אינעם דרומדיקן טייל פֿון מאַנהעטן. דער מוזיי דינט אויך ווי אַ חורבן־מעמאָריאַל און אַ קולטור־צענטער.