איציק מאַנגערס לעבעדיקער שמועס

Itzik Manger's Voice

די פּראָגראַם פֿון אַ מאַנגער־אָוונט אין תּל־אָבֿיבֿ, נאָוועמבער 1969, און מאַנגער אַליין
די פּראָגראַם פֿון אַ מאַנגער־אָוונט אין תּל־אָבֿיבֿ, נאָוועמבער 1969, און מאַנגער אַליין

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 24, 2016, issue of March 18, 2016.

די „ייִדישע ביכער־צענטראַלע‟ אין אַמהערסט, וועלכע האָט נישט לאַנג צוריק איבערגעמאַכט איר וועבזײַט, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ אַ ריי גאָר אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן, אַרײַנגערעכנט אַן אַרטיקל וועגן איציק מאַנגער, באַגלייט מיט דער אוידיאָ־רעקאָרדירונג פֿון מאַנגערס שמועס מיטן באַקאַנטן ליטעראַטור־קריטיקער אַבֿרהם טאַבאַטשניק. דעם 21סטן פֿעברואַר האָט מען אַנאָנסירט דעם דאָזיקן אינטערעסאַנטן אינטערנעץ־אוצר אויפֿן „פֿייסבוק‟־זײַטל פֿון דער צענטראַלע.

אינעם הינטערגרונט פֿונעם היסטאָרישן אינטערוויו הערן זיך די קלאַנגען פֿונעם אַמאָליקן ניו־יאָרק. דער גרויסער דיכטער דערקלערט זײַן מוזיקאַליש־פּאָעטישע שיטה, לויט וועלכער „דאָס מוזיקאַלישע מאַניפֿעסטירט זיך דורכן קלאַנג, אױף װיפֿל דאָס װאָרט אָטעמט מיט די עלעמענטן פֿון קלאַנג‟. לויט מאַנגערן, מוז אין דער פּאָעזיע זײַן אַ האַרמאָניע צווישן דער אינערלעכער און דרױסנדיקער מוזיק. ס׳איז פֿאַרכאַפּנדיק צו הערן די לעבעדיקע ווערטער פֿונעם ייִדישן קלאַסיקער.

נאָך מאַנגערס טויט, אין 1969, זענען אין דער וועלט פֿאָרגעקומען אַ צאָל אָנדענק־אונטערנעמונגען. דער נײַער אַרטיקל אויף דער וועבזײַט פֿון דער „ביכער־צענטראַלע‟ ווערט באַגלייט מיט אַ פֿולער רעקאָרדירונג פֿון אַזאַ אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מאָנטרעאָל גלײַך נאָכן פּאָעטס טויט. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, האָט מען אָרגאַניזירט אַן אַנדער אָוונט לזכר איציק מאַנגערן אין תּל־אָבֿיבֿ. די גאַנצע פּראָגראַם פֿונעם דאָזיקן אָוונט קאָן מען אויך הערן אויף דער וועבזײַט פֿון דער „ביכער־צענטראַלע‟, ווי אויך אַ ריי פֿאָרלייענונגען פֿון מאַנגערס באַקאַנטע לידער נאָך זײַן פּטירה.

אינעם אַרטיקל ווערט געבראַכט מאַנגערס באַקאַנט ליד „כ׳האָב זיך יאָרן געוואַלגערט אין דער פֿרעמד‟, באַגלייט מיט לענאַרד וואָלפֿס ענגלישער איבערזעצונג. הגם דער ענגלישער טעקסט פֿאָלגט נישט דעם ריטעם און גראַם פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל, קלינגט ער פֿאָרט ריטמיש און פּאָעטיש.

אין אַ געוויסן זין, דערקלערט מאַנגער אינעם דאָזיקן ליד זײַן שיטה פֿון דעם ייִדישן גלות. דער פּאָעט איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ, אינעם יאָר 1901. זײַנע ערשטע ווערק האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אין וואַרשע, וווּ ער האָט געוווינט פֿון 1928 ביז 1938. אין זײַנע לידער פֿילט זיך אַ שטאַרקע השפּעה פֿון דער דײַטשישער ראָמאַנטישער פּאָעזיע און דעם אייראָפּעיִשן מאָדערניזם. הגם מאַנגער איז מער באַקאַנט ווי אַ פּאָעט, האָט ער אויך איבערגעלאָזט אַ ריי גאָר אינטערעסאַנטע פּיעסעס, דערציילונגען און עסייען. במשך פֿון אַ געוויסער צײַט האָט מאַנגער געוואַנדערט איבער פּאַריז, מאַרסיי, טוניס, ליווערפּול און לאָנדאָן, וווּ ער האָט געוווינט במשך פֿון 11 יאָר. סוף־כּל־סוף, אינעם יאָר 1958, האָט ער זיך באַזעצט אין ישׂראל. אין 1969 איז ער ניפֿטר געוואָרן אין גדרה, נישט ווײַט פֿון רחובֿות.

דאָס דערמאָנטע ליד האָט מאַנגער אָנגעשריבן אין 1958, גלײַך פֿאַר זײַן ישׂראלדיקן פּעריאָד. אינעם אַרטיקל פֿון דער „ביכער־צענטראַלע‟ ווערט דערקלערט, אַז אַנשטאָט דער קדושה פֿון ארץ־ישׂראל מיטן „כּנרת־בלאָ‟, שטעלט ער דעם טראָפּ אויף דער קדושה פֿונעם וואַנדערנדיקן ייִד, וווּ ער זאָל נישט זײַן. די טעמע פֿונעם אייביקן נע־ונד, אָרעמשאַפֿט און ווײַטקייט פֿון דער היים טרעפֿט זיך כּסדר אין די ווערק פֿונעם גרויסן פּאָעט, הגם למעשׂה, אַחוץ דעם סכּנותדיקן פּעריאָד ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה און די חורבן־יאָרן, האָט ער געפֿירט אַ סטאַביל פֿאַרמעגלעך לעבן. „אין מײַנע בגדי־דלות אָנגעטאָן, אַ פֿאַרוואָגלטער פּרינץ‟ — אַזוי שילדערט ער זיך אינעם דערמאָנט ליד.

אינעם אַרטיקל, באַטאָנט די „ביכער־צענטראַלע‟, אַז אויף איר וועבזײַט קאָן מען אַראָפּלאָדן אַ ריי פֿון מאַנגערס ביכער, ווי אויך אוידיאָ־רעקאָרדירונגען פֿון זײַנע ווערק. דער נײַער מאַטעריאַל, באַגלייט מיט מאַנגערס אייגן קול, איז אָבער אַ שיינע הוספֿה צום דאָזיקן אינטערנעץ־אוצר.