„דער זון פֿון שאול‟ — צװישן ייִדישקײט און קריסטנטום

"Son of Saul" — Between Judaism and Christianity

אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „דער זון פֿון שאול‟
אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „דער זון פֿון שאול‟

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 24, 2016, issue of March 18, 2016.

דער נײַער אונגערישער פֿילם „דער זון פֿון שאול‟ האָט שױן אַרױסגערופֿן אַ סך אינטערעסאַנטע װיכּוחים, סײַ צװישן די פֿילם־קריטיקער, סײַ אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה. די רעצענזענטן באַטאָנען דעם נאָװאַטאָרישן אױפֿטו פֿון דעם רעזשיסאָר לאַסלאָ נעמעס, דעם אָפּעראַטאָר מאַטיאַש ערדעלי און דעם הױפּט־אַקטיאָר געזאַ ראָריג. פֿון דער ערשטער ביז דער לעצטער מינוט בלײַבט דער צושױער צוגעצויגן צו דעם עקראַן, געפּלעפֿט פֿונעם גרױל און שרעק בײַם נאָענטן קוק אױפֿן נאַציסטישן גיהנום.

לכתּחילה דאַכט זיך, אַז דאָס איז אַ דירעקטער און אומרחמותדיקער פּרוּװ צו װײַזן מיט אַלע פּרטים, װאָס עס איז פֿאָרגעקומען בעת דעם מאַסן־מאָרד פֿון ייִדן אין די גאַז־קאַמערן פֿון אױשװיץ. אַזאַ מין נאַטוראַליזם װערט דערגרײכט דורך זײער געניטע קינעמאַטאָגראַפֿישע עפֿעקטן, װאָס שאַפֿן אַ פֿולע אילוזיע פֿון בײַזײַן. מען װאָלט עס געקאָנט האַלטן פֿאַר אָפּשטױסנדיק;  אָבער נאָך די ערשטע צען־פֿופֿצן מינוט פֿאַרשטײט מען, אַז עס גײט דאָ ניט סתּם אין שאָקירן דעם צושױער דורך קינעמאַטאָגראַפֿישע מכשירים, אַזוי ווי מע זעט געוויינטלעך אין די פֿאַרשפּרײטע קלישעען פֿון האָליװוּד.

אין משך פֿונעם גאַנצן פֿילם בלײַבט דער קאַמעראַ־פֿאָקוס אָנגעשטעלט אױפֿן פּנים פֿונעם הױפּטהעלד שאול אױסלענדער, אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישער „זאָנדער־קאָמאַנדאָ‟, װאָס זײַן אױפֿגאַבע איז געװען אױפֿצוטאָן די סאַמע שמוציקע אַרבעט פֿאַר די נאַציסטישע מערדער. בהדרגה הײבט מען אָן משׂיג צו זײַן, אַז בסוד גרײט מען צו אַן אױפֿשטאַנד אינעם לאַגער. די רױטע אַרמײ איז שױן נאָענט און די דײַטשן זײַנען אױסן אױסצומעקן אַלע שפּורן פֿון זײער פֿאַרברעכן, און דערנאָך אױך פֿאַרניכטן די „זאָנדער־קאָמאַנדאָס‟. אַזױ אַרום קאָן מען זיך משער זײַן, אַז דער פֿילם װעט דערצײלן די געשיכטע פֿונעם אױפֿשטאַנד, װאָס איז באמת פֿאָרגעקומען אין אױשװיץ אין אָקטאָבער 1944.

אָבער אָט די בײדע טעמעס, אי די פּינקטלעכע רעקאָנסטרוקציע פֿון דער דײַטשישער מאָרד־פֿאַבריק, אי די געשיכטע פֿונעם אױפֿשטאַנד, זײַנען בלױז דער היסטאָרישער הינטערגרונט פֿונעם פֿילם. דער סיפּור־המעשׂה גופֿא איז געבױט אַרום שאולס באַמיִונגען צו ברענגען צו קבֿורה זײַן זון, װאָס ער געפֿינט צופֿעליק צװישן די טױטע קערפּערס. זינט דעם מאָמענט, װען ער זעט, ווי אַ דײַטשישער דאָקטער דערמאָרדעט דאָס ייִדישע ייִנגל, װאָס איז על־פּי־נס נאָך דער גאַז־קאַמער פֿאַרבליבן קױם אַ לעבעדיקער, נעמט שאול אױף זיך אַ שליחות אױסצוגעפֿינען אַ רבֿ, כּדי צו ברענגען דעם זון צו קבֿר־ישׂראל מיט אַ קדיש.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.