ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published February 24, 2016, issue of March 18, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִדן אין דער צווייטער וועלט־מלחמה

דעם 23סטן פֿעברואַר ווערט אין רוסלאַנד ברייט געפֿײַערט דער „טאָג פֿונעם היימלאַנד־באַשיצער‟, וואָס האָט אין די סאָוועטישע צײַטן געהייסן, דער „טאָג פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי‟. אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי האָט מען אָרגאַניזירט אַ באַגעגעניש מיט ייִדן, געוועזענע קאַצעטניקעס פֿון געטאָס און קאָצנענטראַציע־לאַגערן. די באַטייליקטע האָבן אַליין געהאַלטן רעפֿעראַטן וועגן דער ראָלע פֿון ייִדן אויפֿן פֿראָנט און אין דער מיליטער־אינדוסטריע. נאָך דער קאָנפֿערענץ זענען געוויזן געוואָרן קורצע פֿילמען וועגן די העלדן פֿון מלחמה.

פּראָדוקטן אויף פּסח פֿאַר דאָנעצקער־לוגאַנסקער קהילות

די צווייטע הײַנטיקע ידיעה איז, צום באַדויערן, אויך פֿאַרבונדן מיט דער מלחמה, אָבער ניט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, נאָר וועגן דער, וואָס גייט איצט אָן אין אוקראַיִנע. די ייִדישע קהילות פֿון רוסלאַנד האָבן אָפּגעשיקט 4 טאָן הומאַניטאַרן פֿראַכט (קודם־כּל, לעבנסמיטלען) קיין לוגאַנסקער און דאָנעצקער געגנטן, עס זאָלן אים באַקומען די דאָרטיקע ייִדישע קהילות. לאָגיסטיש ווערט די אַקציע אָנגעפֿירט פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון ראָסטאָוו־אויף־דאָן. די נאָענטסטע ליפֿערונג פּלאַנירט מען דורכצופֿירן ערבֿ־פּסח, די דאָנעצקער און לוגאַנסקער ייִדן זאָלן באַקומען גענוג מצות.

סאַנקט־פּעטערבורג: פּינקסים אויף דער אינטערנעץ

אַ ידיעה פֿון סאַנקט־פּעטערבורג. אויף דער וועב־זײַט „פּעטערבורגער אַרכיוון‟ זענען אַרויפֿגעלאָדן געוואָרן אַלע פּינקסים און מעטרישע ביכער פֿון דער פּעטערבורגער שיל. זיי זענען געפֿירט געוואָרן ביז דער רעוואָלוציע, און נאָך איר האָבן די באָלשעוויקעס זיי קאָנפֿיסקירט און איבערגעגעבן צום צענטראַלן שטאָטישן היסטאָרישן אַרכיוו. איצטער זענען זיי צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ פֿאַר אַ קליינעם פּרײַז.