אַ גרויסע שפּראַך־ענדערונג אין מירער ישיבֿה

Dramatic Language Switch at Mir Yeshiva


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 25, 2016, issue of March 18, 2016.

עס זעט אויס, ווי די מירער ישיבֿה אין ירושלים וועט פֿאַרלאָזן איר יאָרן־לאַנגע טראַדיציע פֿון פֿירן די הויפּט־שיעורים אויף ייִדיש, און וועט איצט אַריבער אויף דער העברעיִשער שפּראַך.

די מירער ישיבֿה איז הײַנט די גרעסטע ישיבֿה אין ישׂראל. מער ווי 7,000 בחורים און חתונה־געהאַטע מענער לערנען זיך דאָרט. ס׳רובֿ פֿון די תּלמידים זענען ישׂראלים און אַמעריקאַנער, אָבער עס לערנען זיך דאָרט אויך תּלמידים פֿון ענגלאַנד, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, מעקסיקע, שווייץ, אַרגענטינע, אויסטראַליע און קאַנאַדע.

לויט אַ באַריכט פֿון Yeshiva World News [נײַעס פֿון דער ישיבֿה־וועלט], זענען די תּלמידים אין דער מירער ישיבֿה אין ירושלים געבליבן געפּלעפֿט פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, ווען דער ראש־ישיבֿה, ר׳ לייזער־יודל פֿינקל, האָט צום ערשטן מאָל אָפּגעהאַלטן זײַן „שיעור כּללי‟ אויף העברעיִש אַנשטאָט ייִדיש.

מיט עטלעכע טעג פֿריִער האָט אַ צווייטער רבֿ, ר׳ יעקבֿ שמואלעווישט, אויך געגעבן זײַן שיעור אויף עבֿרית אַנשטאָט ייִדיש. דאָס איז געווען ר׳ יעקבֿס ערשטער שיעור כּללי אינעם הויבט־בית־מדרש פֿון דער ישיבֿה. ר׳ יעקבֿ איז דער זון פֿון הרבֿ רפֿאל שמואלעוויטש ע״ה, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַ חודש צוריק צו 78, נאָך אַ לאַנגער קראַנקייט.

קוואַלן האָבן איבערגעגעבן דער YWN, אַז דער ראש־ישיבֿה האָט גערעדט אויף העברעיִש, ווײַל ער האָט נישט געוואָלט, אַז אַ טייל שיערוים זאָלן זײַן אויף ייִדיש און אַ טייל — אויף העברעיִש, האָט ער באַשלאָסן נאָכצוגיין ר׳ שמואלעוויטשס באַשלוס צו רעדן אויף העברעיִש.

„ס׳איז בעסער אָפּצולאָזן אַ לאַנג־יאָריקן מינהג, אויב דאָס וועט דערמעגלעכן אַלעמען צו פֿאַרשטיין אַ געוויסע סוגיא,‟ האָט איין רבֿ געזאָגט.

אַן אַנדערע סיבה פֿאַר דער שפּראַך־ענדערונג איז צוליב דעם, וואָס די ישׂראלדיקע תּלמידים פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש, אָבער ס׳רובֿ אַמעריקאַנער בחורים פֿאַרשטייען עס יאָ, האָבנדיק געהערט ייִדיש בעת זייער אויסשולונג אין די אַמעריקאַנער ישיבֿות. אַפֿילו די אַמעריקאַנער, וואָס האָבן שוועריקייטן בײַם רעדן ייִדיש, קענען פֿאָרט פֿאַרשטיין די שיעורים.

די מירער ישיבֿה איז געגרינדעט געוואָרן אין 1815 דורך אַ רײַכן רבֿ, שמואל טיקטינסקי, פֿאָלגנדיק דעם מוסטער פֿון דער אָנגעזעענער סלאָבאָדקער ישיבֿה. סוף 19טן יאָרהונדערט האָט דער דעמאָלטדיקער ראש־ישיבֿה, אליהו ברוך קמאַי, אײַנגעפֿירט אינעם לערנען געוויסע עלעמענטן פֿון מוסר (אַ שטרענגע לערע פֿון עטיק און זעלבסט־פֿאַרבעסערונג), ווי אַ קענגמיטל קעגן דער וואַקסנדיקער פּאָפּולאַריטעט פֿון סאָציאַליזם און אַנדערע מאָדערנע „סכּנות‟. ער האָט אַרײַנגעבראַכט אָנגעזעענע רבנים, אויסגעשולט אין דער מוסר־באַוועגונג, און האָט אַליין אַוועקגעגעבן זײַן טאָכטער פֿאַר ר׳ אליעזר יהודה פֿינקל, דעם זון פֿונעם פּראָמינענטן „מוסר‟־פֿיגור און גרינדער פֿון דער סלאָבאָדקער ישיבֿה, ר׳ נתן־צבֿי פֿינקל. דער הײַנטיקער ראש־ישיבֿה פֿון דער ירושלימער מירער ישיבֿה איז ר׳ נתן־צבֿיס אַן אור־אור־אייניקל.

צווישן די וועלט־מלחמות איז די מירער ישיבֿה געווען איינע פֿון די חשובֿסטע אין מיזרח־אייראָפּע, און האָט אַפֿילו צוגעצויגן תּלמידים פֿון מערבֿ־אייראָפּע. בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט די ישיבֿה זיך אַריבערגעקליבן קיין ווילנע, אָבער אין 1941 זענען אַלע רבנים און תּלמידים, מיט זייערע משפּחות, אַנטלאָפֿן קיין שאַנכײַ, בעת אַ קלענערע גרופּע איז אַריבער קיין ארץ־ישׂראל. נאָכן חורבן האָט מען געגרינדעט די מירער ישיבֿות אין ירושלים און ניו־יאָרק.