„בעלץ‟ אין פֿיר קולות

Belz in Four-Part Harmony

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 26, 2016, issue of March 18, 2016.

די וואָך איז אויף „יו־טוב‟ אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ רעקאָרדירונג פֿונעם באַליבטן ליד „מײַן שטעטעלע בעלץ‟, געזונגען דורכן „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟ — מיט אַ נײַער מאָדערנער אַראַנזשירונג, געשאַפֿן דורכן דיריגענט פֿונעם כאָר, בנימין שעכטער.

דאָס ליד איז רעקאָרדירט געוואָרן בעת אַ קאָנצערט פֿונעם כאָר אינעם „מערקין קאָנצערט־זאַל‟ אין לינקאָלן־צענטער, ניו־יאָרק, אין נאָוועמבער 2015.

דזשייקאָב דזשייקאָבס, וואָס האָט געשריבן דעם טעקסט פֿונעם ליד, און אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי, וואָס האָט קאָמפּאָנירט די מעלאָדיע, האָבן עס לכתּחילה געשריבן פֿאַר דער מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג „געטאָ־ליד‟ אין 1932, אָבער עס איז ערשט געוואָרן אַ שלאַגער נאָך דעם, ווי דער גרויסער זינגער משה אוישער האָט עס געזונגען אינעם פֿילם „דעם חזנס זון‟ אין 1937.

דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟ באַשטייט פֿון מער ווי 40 זינגער — פֿון סטודענטן ביז פּענסיאָנירטע לײַט — וואָס אַ טייל פֿון זיי רעדן אָדער לערנען זיך ייִדיש, בעת אַנדערע רעדן בכלל נישט קיין ייִדיש, אָבער האָבן ליב צו הערן און זינגען ייִדישע כאָרמוזיק.

דער כאָר איז געגרינדעט געוואָרן אין 1922 דורכן קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער, מיטן נאָמען „דער פֿרײַהייט געזאַנג־פֿאַראיין‟. אין זײַן רעפּערטואַר האָבן לאַנגע יאָרן דאָמינירט ייִדישע לידער, פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג און דעם קאַמף פֿאַר יושר און גערעכטיקייט. הײַנט נעמט עס אַרײַן אַ צאָל אָראַטאָריעס און אָפּערעטעס, אַרבעטער־הימענס, פֿאָלקסלידער און פּאָפּולערע טעאַטער־לידער.

במשך פֿון די יאָרן האָט דער כאָר באַשטעלט און פּרעמיערט נײַע ייִדישע כאָרווערק פֿון אַ צאָל קאָמפּאָזיטאָרן, אַרײַנגערעכנט בנימין שעכטער, מאַרק צוקערמאַן, דזשאָש וואַלעצקי, ראָבערט ראָס און העלען מעדוועדיעף־גרינבערג ז״ל.