„אוי־סטראַליע‟ — אַ קאָמעדיע־פֿילם אויף ייִדיש

Oy-stralie: A Yiddish Comedy Clip

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 26, 2016, issue of March 18, 2016.

אין אַמעריקע זאָגט מען, אַז „דאָס נאָכמאַכן איז די גרעסטע פֿאָרעם פֿון אַ קאָמפּלימענט‟; און ס׳זעט אויס, אַז דאָס איז אויך אמת אין אויסטראַליע, ווײַל לעצטנס האָבן אַ פּאָר יונגע־לײַט געמאַכט אַן עפּיזאָד פֿון אַ ייִדישן „סיטקאָם‟ אויפֿן סמך פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟. די פּראָגראַם הייסט, „אוי־סטראַליע‟ (Oy-stralie).

אַזוי ווי אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון „ייִדלײַף־קריזיס‟ אַמפּערן זיך די העלדן אסתּר (אסתּר סעגאַל) און דניאל (דניאל גאָלדבערג) וועגן דעם, צי מע מעג עסן יום־כּיפּור. אויך אַזוי ווי דער ייִדישער „סיטקאָם‟ פֿון מאָנטרעאָל, וואָס זיי מאַכן נאָך, באַנוצן זיי זיך מיט אַ סך ניבֿול־פּה־ווערטער, וואָס קלינגען איבערגעטריבן און ווערן גענוצט מער, כּדי צו שאָקירן דעם עולם איידער צו פֿאַרבעסערן די קוואַליטעט פֿון זייער אַרבעט. נאָך אַ פּאָר וויצן וועגן אינצעסט און „שילשול‟ רעדט אסתּר אײַן דניאל, אַז ער זאָל עסן אַ קעז־בורגער, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס עס איז יום־כּיפּור. ווי עס טרעפֿט זיך, קען דניאל עסן דעם קעז־בורגער, אָבער בלויז אויב ער עסט דעם בורגער און דעם קעז באַזונדער. דאָס איז דאָך אַן אימיטאַציע פֿון לייזער און חיימיס וויכּוח איבערן „פּאָוטין‟ (poutine). דערנאָך גייען די ייִדיש־רעדנדיקע יונגע־לײַט אַרויס צו טרינקען אַ קאַווע, וואָס פֿירט, אַוודאי, צו נאָך אַן אַרגומענט: וואָס פֿאַר אַ מין קאַווע מע זאָל באַשטעלן.

דער ייִדיש איז בדרך־כּלל נישט שלעכט, אָבער הינקט אונטער אין אַ פּאָר ערטער. די יונגע־לײַט רעדן אויפֿן אַזוי־גערופֿונעם „קענגערו־ייִדיש‟, דעם אַרויסרעד וואָס מע לערנט אין די שולן אין מעלבורן, וווּ מע לערנט ייִדיש. אַזאַ אויסטראַלישער שול־ייִדיש האָט בעצם אַ כּלל־ייִדישן אַרויסרעד מיטן אויסנאַם פֿונעם „איי‟, וואָס ווערט אַרויסגערעדט פּונקט אַזוי ווי „אײַ‟. אַזוי ווי ס׳רובֿ תּלמידים פֿון די אָרטיקע שולן, דערקענט מען אויך פֿאַרשידענע השפּעות פֿונעם אויסטראַלישן ענגליש, וואָס גיט דעם „קענגערו־ייִדיש‟ צו אַ באַזונדערן טעם.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די פּראָדוקציע איז אַמאַטאָריש און ניט אין גאַנצן לויט אונדזער געשמאַק, האָפֿן מיר צו זען נאָך אַנדערע קאַפּיטלען פֿון „אוי־סטראַליע‟. הלוואי וואָלטן מער יונגע־לײַט און ייִדיש־סטודענטן געשאַפֿן פֿילמען אויף ייִדיש און זיי אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟, און הלוואי וואָלטן מער מיטלשול־תּלמידים בכלל זיך אויסגעלערנט ייִדיש, ווי אַ פֿרעמד־שפּראַך אין אַן ערנסטער פּראָגראַם, אַזוי ווי בײַ די מעלבורנער ייִדן.