שוין ווידער די שאַבלאָנען וועגן ייִדיש

Again, Those Cliches About Yiddish


פֿון י. זאַלקין

Published February 28, 2016, issue of March 18, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט די צײַטונג Times of Israel דערציילט וועגן ייִדיש־אַקטיוויזם אין דער הײַנטיקער ליטע, וווּ דער „ייִדישער וועלט־קאָנגרעס‟ האָט נישט לאַנג צוריק געעפֿנט דעם „אינטערנאַציאָנאַלן צענטער פֿון ייִדיש־קולטור‟. דער מחבר, ראָבערט זינגער, דערציילט, ווי גרופּעס ייִדישיסטן ווינטשן איינער דעם צווייטן „זײַ געזונט‟ אויף די ווילנער גאַסן און די כּלי־זמרישע גרופּעס זינגען לידער אויף ייִדיש.

איינער פֿון די עיקר־שטיצער פֿונעם נײַעם צענטער, וועלכער האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 2014, איז געווען דער קאַזאַכישער גבֿיר אַלכּסנדר מאַשקעוויטש, אַ געבוירענער אינעם סאָוועטישן קירגיזטאַן. למעשׂה, זײַענדיק אַ ישׂראלדיקער בירגער, פֿאַרברענגט ער אַ סך צײַט אין ישׂראל, הגם יעדן חודש פֿליט ער צוריק קיין קאַזאַכסטאַן. זײַענדיק אַן אַשכּנזישער ייִד, האָט דער דאָזיקער אָליגאַרך פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד געגעבן אַ פֿיל־מיליאָניקע נדבֿה לטובֿת דעם נײַעם צענטער.

אַ טייל קריטיקער זענען נישט צופֿרידן מיט די אומשטאַנדן, אין וועלכע דער נײַער צענטער איז פּלוצעם אויפֿגעקומען און מיינען, אַז ווילנע איז לאַוו־דווקא דאָס בעסטע אָרט פֿאַר אַזאַ אָרגאַניזאַציע. אַזוי צי אַזוי, האָט די אָרגאַניזאַציע שוין געהאָלפֿן מער ווי 2,000 תּלמידים אַרום דער וועלט, מיט דער הילף פֿון אינטערנעץ־סעמינאַרן און בילדונג־פּראָגראַמען, זיך צו באַקענען מיט דער ייִדישער שפּראַך און דער קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן.

קיין חידוש איז עס נישט. דאָס קעפּל פֿון זינגערס נײַעם אַרטיקל איז, צום באַדויערן, אויך נישט חידושדיק: „ייִדיש האָט נאָך נישט געזאָגט זײַן לעצט וואָרט‟. דער מחבר באַקלאָגט זיך, אַז אין ליטע וווינען הײַנט בלויז 5,000 ייִדן און אויף דער גאַנצער וועלט זענען פֿאַראַן בלויז 2 מיליאָן ייִדיש־רעדער. דאָס קעפּל איז אַ ציטאַט פֿון יצחק באַשעוויסעס אויפֿטריט בעתן באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע אין ליטעראַטור. דאָס איז געשען אינעם 1978. זײַנע ווערטער האָבן, אַוודאי, געהאַט אַן אָפּטימיסטישן טעם. דער איצטיקער אַרטיקל אין דער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער צײַטונג שאַפֿט אָבער אַן אײַנדרוק, אַז דער מחבר דערקוויקט זיך, אַז הגם אונדזער שפּראַך האַלט בײַם אונטערגיין, איז נאָך צו פֿרי צו שרײַבן אַ נעקראָלאָג.

ייִדיש איז נישט בלויז אַ שפּראַך, באַטאָנט דער אַרטיקל; ס׳איז אַ „דיסאָנאַנס פֿון פֿלייט־מוזיק, פּויקן און דעם צישען פֿונעם פֿעטן שמאַלץ אין די דעליקאַטעסן אויף אַ סקאָוורעדע‟. מיינען האָט דער מחבר זיכער געמיינט צו מאַכן אַ קאָמפּלימענט. צי איז עס אָבער כּדאַי צו שילדערן אַזוי אַ פֿולווערטיקע לעבעדיקע שפּראַך? אַזוי ווי די ליטעראַרישע טראַדיציעס אין אַלע גרויסע אייראָפּעיִשע שפּראַכן, איז די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור גובֿר די אַמאָליקע קליין־שטעטלדיקע ראַמען.

ווײַטער באַמערקט דער מחבר, אַז במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר האָבן זיך אַרום דער וועלט צעבליט פֿאַרשיידענע גרופּעס און אָרגאַניזאַציעס, וואָס שטרעבן אויפֿצולעבן די ייִדישע שפּראַך. דערצו, זענען אין דער וועלט פֿאַראַן אַ מיליאָן פֿרומע ייִדיש־רעדער. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט די אמתע אַלגעמיינע שפּראַך פֿון ייִדן — העברעיִש, אַ דאַנק דער ציוניסטישער באַוועגונג, וואָס האָט פֿאַראייניקט אַלע ייִדן. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דער דערמאָנטער מיליאָן חרדים און חסידים איז עפּעס אַ מאָדנע פֿינצטערע קאָלאָנע.

אין איסלאַנד וווינען בערך 300,000 תּושבֿים. קיינער זאָגן נישט אָבער, אַז איסלאַנדיש האַלט בײַם אונטערגיין. צווישן טויזנטער לשונות, וואָס זענען פֿאַראַן אויף דער וועלט, קאָנען בלויז אַ קליינע צאָל זיך באַרימען, אַז זיי האָבן אַ מיליאָן רעדער. ווײַטער פֿאַרחידושט אונדז דער אַרטיקל, אַז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז ייִדיש געווען אַ „געהיימע שפּראַך‟. אין דער אמתן, איז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד יעדן חודש אַרויס דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, און די ייִדישע מיטלגידער פֿונעם מלוכישן שרײַבער־פֿאַראיין האָבן באַקומען געהעריקע שׂכירות.

צום סוף, ווערט דערקלערט אינעם אַרטיקל, אַז די מנהיגים פֿונעם נײַעם ייִדיש־צענטער אין ווילנע גלייבן נישט, אַז ייִדיש קאָן ווידער ווערן אַ גאַסן־שפּראַך. ווען עס גייט די רייד וועגן ליטע, איז אַזאַ פּעסימיזם טאַקע באַרעכטיקט. אין ניו־יאָרק, לאָנדאָן אָדער אַנטווערפּן לעבט אָבער ייִדיש ווײַטער דווקא ווי אַן אומגאַנג־שפּראַך אין גאַנצע חסידישע ראַיאָנען.

די כּוונות פֿונעם אַרטיקל זענען זיכער ראָמאַנטישע און אָפּטימיסטישע. ס׳איז אָבער מאָדנע, אַז אַפֿילו אין די אָפּטימיסטישע אַרטיקלען וועגן ייִדיש שפּירט זיך צומאָל דער סטערעאָטיפּישער „באַגראָבערישער‟ טעם.