לעטלאַנד איז מסכּים אומצוקערן 5 ייִדישע בנינים

Latvia Agrees to Return 5 Jewish Buildings

אַ בוידעם פֿון אַ שיל, אין ריגע, לעטלאַנד, 1991
Courtesy of //www.jewishlens.org
אַ בוידעם פֿון אַ שיל, אין ריגע, לעטלאַנד, 1991

פֿון ייִט״אַ

Published February 28, 2016, issue of March 18, 2016.

דער לעטישער פּאַרלאַמענט „סעמאַ‟ האָט דאָנערשטיק אָנגענומען אַ געזעץ, וואָס דערמעגלעכט דאָס אומקערן 5 בנינים, וואָס האָבן פֿאַרן חורבן באַלאַנגט צו דער ייִדישער קהילה צום „ראַט פֿון די ייִדישע קהילות אין לעטלאַנד‟, האָט איבערגעגעבן די נײַעס־אַגענטור LETA.

דרײַ פֿון די געבײַדעס געפֿינען זיך אין דער קרוינשטאָט ריגע; איינע — אינעם קוראָרט יורמאַלאַ, און איינע — אינעם מערבֿדיקן שטעטל קאַנדאַווע (אויך באַקאַנט אויף ייִדיש ווי קאַנדוי).

לויט דער לעגיסלאַציע, איז דער ציל פֿון אומקערן די ייִדישע פֿאַרמעגנס אַ תּיקון פֿאַר די עוולות, וואָס מ׳איז באַגאַנגען די ייִדן, זייערע שילן און אָרגאַניזאַציעס, אינעם חורבן און אונטערן סאָוועטישן רעזשים אין לעטלאַנד.

די „אַלוועלטלעכע ייִדישע פֿאַרגיטיקונג־אָרגאַניזאַציע‟, WRJO, האָט באַצייכנט די לעגיסלאַציע ווי „אַ וויכטיקער ערשטער טראָט פֿאָרויס אין דער פֿראַגע וועגן די פֿאַרבליבענע ייִדישע קהילה־פֿאַרמעגנס‟.

גדעון טיילאָר, דער דירעקטאָר פֿון WRJO, האָט געזאָגט, אַז בערך 270 פֿאַרמעגנס דאַרפֿן נאָך אומגיקירט ווערן, און אַז אַ גרופּע אַמעריקאַנער הויכע באַאַמטע נעמען אָנטייל אין די פֿאַרהאַנדלונגען, וואָס האָבן דערפֿירט צו דער לעגיסלאַציע.

דער ראַט פֿון ייִדישע קהילות אין לאַטוויע גרייט איצט זיך צו גרינדן אַ ספּעציעלע פֿונדאַציע, וואָס זאָל אויפֿפּאַסן אויף די אומגעקערטע בנינים, האָט דמיטריס קרופּניקאָוווס, דער וויצע־פֿאָרזיצער פֿונעם ראַט געזאָגט LETA.

די געבײַדעס, וואָס מכ האָט בדעה אומצוקערן די ייִדישע אָרגאניזאַציעס, זענען, צום גרעסטן טייל, אין אַ שלעכטן מצבֿ, האָט קרופּניקאָווס באַמערקט. דער בנין אין חורמאַלאַ איז שוין אַזוי חרובֿ געוואָרן, אַז מע וועט אים מסתּמא דאַרפֿן אין גאַנצן אַראָפּרײַסן. „פֿון אַ מאָראַלישן קוקווינקל, איז די פֿאַרגיטיקונג אַ וויכטיקע זאַך, אָבער פֿאַר דער ייִדישער קהילה וועט עס פֿינאַנציעל זײַ אַ גרויסער עול,‟ האָט קרופּניקאָווס געזאָגט.