גלייבט נישט קיין פּאָרטרעטן

Don't Trust Portraits

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 01, 2016, issue of March 18, 2016.

דער פּאָרטרעט פֿון יהודה, געשאַפֿן אינעם 18טן יאָרהונדערט דורך אַן אומבאַקאַנטן קינסטלער
דער פּאָרטרעט פֿון יהודה, געשאַפֿן אינעם 18טן יאָרהונדערט דורך אַן אומבאַקאַנטן קינסטלער

דעם 18טן מאַרץ וועט זיך אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי עפֿענען אַן אויסשטעלונג מיטן נאָמען „מײַסטערווערק און טשיקאַוועסן‟, וואָס דערציילט וועגן דעם חילוק צווישן דעם לעבעדיקן מענטש און זײַן פּאָרטרעט.

אַ סך מענטשן מיינען, אַז אַ פּאָרטרעט איז בעצם אַ געטרײַע רעפּרעזענטאַציע פֿונעם אויסגעמאָלטן פּנים. אין דער אמתן, שאַפֿט יעדער קינסטלער אַן אָריגינעל ווערק, וואָס קאָן זיך שטאַרק אונטערשיידן פֿונעם לעבעדיקן אָריגינאַל.

אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי געפֿינען זיך צוויי בילדער פֿון אַ מאַן און אַ פֿרוי, וואָס ווערן באַטראַכט ווי פּאָרטרעטן פֿון אַ ייִדישן סוחר און זײַן פֿרוי, געשאַפֿן אינעם 18טן יאָרהונדערט. אַרום דעם יאָר 1750 האָט אַן אומבאַקאַנטער קינסטלער אויסגעמאָלט אַן אַמעריקאַנער ייִדיש פּאָרפֿאָלק, יהודה און יוכבֿד מירס (מאירס). לכתּחילה, האָט מען געמיינט, אַז דער שווייצאַריש־געבוירענער קינסטלער דזשערעמי טעוס, וועלכער האָט געוווינט אין טשאַרלזטאָן, דרום־קאַראָלײַנע, האָט געשאַפֿן די דאָזיקע בילדער; דער אַנאַליז פֿונעם סטיל האָט אָבער אָנגעוויזן, אַז דער אמתער קינסטלער איז, מסתּמא, געווען אַן אַנדער שאָטלענדישער אָדער ענגלישער מאָלער. דערווײַל האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו באַשטעטיקן, ווער ס׳האָט געשאַפֿן די צוויי בילדער.

די קומענדיקע אויסשטעלונג, אָרגאַניזירט דורכן וויצע־קוראַטאָר פֿונעם מוזיי, סטיווען בראַון, דערקלערט, אַז עס בלײַבט אויך נישט קלאָר, צי די פּאָרטרעטן פֿונעם ייִדישן פּאָרפֿאָלק שטימען טאַקע מיט זייערע אמתע פּנימער. דער מוזיי האָט געקויפֿט די בילדער אין 1957. במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר, האָט מען דורכגעפֿירט אַן ערנסטע עקספּערטיז פֿון די דאָזיקע קונסט־ווערק, אַרײַנגערעכנט פֿאָרשונגען אין די אַרכיוון, גענעאַלאָגישע שטודיעס און אַפֿילו רענטגען־אַנאַליז.

בראַון האָט דערקלערט, אַז די פֿאָרשונגען האָבן ווידער באַשטעטיקט דעם באַקאַנטן פֿאַקט, אַז יעדע קונסט־רעפּרעזענטאַציע פֿון אַ מענטש איז בלויז אַ פֿאַנטאַזיע. די פּאָרטרעטן רעפּרעזענטירן אידעאַליזירטע אימאַזשן פֿון די געשילדערטע פּערזענלעכקייטן, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר, אין דער אמתן, בלויז די פֿאַנטאַזיע פֿונעם קינסטלער, וואָס שאַפֿט אַן אייגן געשטאַלט אויפֿן סמך פֿונעם אויסגעמאָלטן מענטש.

אַ סך קונסט־קריטיקער באַטאָנען, אַז אַפֿילו די פֿאָטאָגראַפֿיעס זענען לאַוו־דווקא אָביעקטיווע רעפּרעזענטאַציעס פֿון די פֿאָטאָגראַפֿירטע. די אייגענע עסטעטישע געפֿילן און געדאַנקען פֿונעם פֿאָטאָגראַף שפּיגלען זיך אָפּ אין דעם, ווי אַזוי זיי שאַפֿן זייערע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַ געוויסן קוקווינקל און אין ספּעציפֿישע אומשטאַנדן.

אויף דער אויסשטעלונג וועלן געוויזן ווערן חידושדיקע רעזולטאַטן פֿונעם רענטגען־אַנאַליז פֿון די פּאָרטרעטן און אַנדערע מאַטעריאַלן, וואָס ווײַזן, אַז די היסטאָרישע פּאָרטרעטן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן פּאָרפֿאָלק זענען בפֿירוש נישט קיין פֿאַרלאָזלעכע רעפּרעזענטאַציעס.