נאָך די „אָסקאַרס 2016‟

After The Oscars 2016

פֿון עדי מהלאל

Published March 01, 2016, issue of March 18, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער ישׂראל־אַמעריקאַנער פֿילם־פּראָדוצירער, אַרנון מילטשאַן, איז געוויס צופֿרידן געבליבן נאָך יענעם אָוונט. זײַן פֿילם „דער צוריקגעקומענער צום לעבן‟ האָט געוווּנען אַ טייל פֿון די חשובֿסטע פּריזן, אַרײַנגערעכנט דעם בעסטן אַקטיאָר — לעאָנאַרדאָ דע־קאַפּריאָ; פֿאַרן בעסטן רעזשיסאָר — דער מעקסיקאַנער אַלעכאַנדראָ איניאַריטאָ, און פֿאַרן בעסטן פֿילם־פֿאָטאָגראַף — דער מעקסיקאַנער ייִד עמנואל „טשיוואָ‟ לובעצקי־מאָרגענשטערן. אינעם פֿילם „דער צוריקגעקומענער צום לעבן‟ ווערט געשילדערט די גוואַלדיקע ווירקלעכקייט פֿון דער פּעלץ־אינדוסטריע אין צפֿון־אַמעריקע פֿון 19טן י”ה. נאַטוראַליסטיש פֿילמירט אויף דער ווילדיקער נאַטור מיט נאָר אמתדיקן ליכט, האָט דער פֿילם אויך געטראָגן אַ געזעלשאַפֿטלעך־עקאָלאָגישן מוסר־השׂכּל לגבי דער שלעכטער באַציִונג פֿון מענטשן כּלפּי דער נאַטור, און פֿון ווײַסע מענטשן כּלפּי די אַלט־געזעסענע תּושבֿים.

דער ייִדישער־מעקסיקאַנער פֿילם־פֿאָטאָגראַף עמנואל לובעצקי
Getty Images
דער ייִדישער־מעקסיקאַנער פֿילם־פֿאָטאָגראַף עמנואל לובעצקי

דעם פּריז פֿאַרן בעסטן דאָקומענטאַר האָט באַקומען דער פֿילם „איימי‟, וועגן דער פֿאַרשטאָרבענער זינגערין איימי ווײַנהאַוס. אין דער נאָמינאַציע „דער בעסטער פֿילם אין אַ פֿרעמדער שפּראַך‟ האָט געוווּנען דער אונגערישער פֿילם „דער זון פֿון שאול‟ וועגן דעם נאַצי־גענאָציד.

אין דער קאַטעגאָריע „דער בעסטער פֿילם‟ האָט געוווּנען דער פֿילם „ספּאָטלײַט‟. ער האָט דערציילט די אמתע געשיכטע פֿון די „באָסטאָן־גלאָב‟־קאָרעספּאָנדענטן, וועלכע האָבן אַנטדעקט די סעקסועלע סקאַנדאַלן פֿון דער קאַטוילישער קירכע, וואָס ס׳האָט פֿאַרשוויגן די גלחישע פֿירערשאַפֿט. די תּחילתדיקע איניציאַטיוו אויסצופֿאָרשן דעם ענין איז געקומען פֿונעם נײַעם ייִדישן רעדאַקטאָר אין דער ווײַס־קאַטוילישער שטאָט, מאַרטי באַראָן (גוט געשפּילט דורך ליוו שרײַבער). ענלעכע „טראַדיציעס‟ קען מען געפֿינען אין אַלע מינים רעליגיעזע קהילות, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע קהילות, ווי מע אַנטדעקט פֿון מאָל צו מאָל אין ישׂראל און אין אַנדערע ערטער.

סצענאַריסט טשאַרלז ראַנדאָלף מיט זײַן פֿרוי, דער ישׂראל־אַקטריסע מילי אַבֿיטל
Getty Images
סצענאַריסט טשאַרלז ראַנדאָלף מיט זײַן פֿרוי, דער ישׂראל־אַקטריסע מילי אַבֿיטל

מײַן באַליבטסטער פֿילם הײַיאָר איז געווען „דער ביג־שאָרט‟ וועגן די איינצלנע מענטשן, וואָס האָבן זיך דערוועגט צו טראַכטן קעגן דעם דעמאָלטיקן שטראָם, דערקענט דאָס באַהויזונג־בלעזל, און דערפֿאַר פֿאָרויסגעזען דעם עקאָנאָמישן קריזיס פֿון 2008. באַזירט אויף מײַקל לויִסעס בוך מיטן זעלבן נאָמען פֿון 2010, האָבן דעם פֿילמס סצענאַריסטן, טשאַרלז ראַנדאָלף און אַדאַם מעקיי, געוווּנען דעם פּריז פֿאַרן בעסטן באַאַרבעטן סצענאַר. ראַנדאָלף האָט אויף דער בינע געזאָגט צו זײַן פֿרוי, דער ישׂראל־אַקטריסע מילי אַבֿיטל, אויף העברעיִש „אַני אוהבֿ אותך‟.

דערצו האָב איך באַמערקט איין ייִדיש־וואָרט אין גאַנג פֿון דער לאַנגער צערעמאָניע: דאָס וואָרט „משוגעת‟, געזאָגט פֿון שׂרה סילווערמאַן. אַ וואָרט, וואָס באַשרײַבט פּינקטלעך דעם גאָר קאָמישן (דאָך פּאָזיטיוון) באַלאַגאַן פֿון די הײַיאָריקע „אָסקאַרס‟.