אַ געזעגענונג מיט די האָר

Saying Goodbye to your Hair

Yehuda Blum

פֿון לייזער בורקאָ

Published March 02, 2016, issue of March 18, 2016.

פֿאַר יעדער זאַך איז דאָ אַ צײַט: אַ צײַט צו שטאַרבן און אַ צײַט געבוירן צו ווערן; אַ צײַט צו זייען און אַ צײַט צו שנײַדן. מיר איז איצט געקומען די צײַט זיך צו געזעגענען מיט די האָר. איך זאָג זיי הײַנט: אַדיע!

ס’ווערט אומעטיק אויפֿן האַרצן, טראַכטנדיק וועגן די דאָזיקע אַלטע פֿרײַנד, וואָס קענען מיך אַזוי פֿיל יאָרן, וואָס האָבן מיט מיר צוזאַמען דורכגעלעבט אַזוי פֿיל ליידן און פֿריידן. קינדווײַז, בחורווײַז, און אויך היפּש שפּעטער האָבן די האָר מיך שטענדיק באַגלייט — אין דער היים, אין שול, אויף דער גאַס. דער ווינט האָט זיי אָפֿט צעבלאָזן, און אַפֿילו אָן אַ ווינט האָבן זיי זיך זעלטן געלייגט שטיל אויפֿן קאָפּ, נאָר צויטן האָר האָבן אַרויסגעשטאַרצט פֿון פֿאָרנט אָדער פֿון הינטן. דעם אמת געזאָגט, האָבן זיי כּמעט קיין מאָל ניט אויסגעזען שיין און נעט, ווי די האָר דאַרפֿן אויסזען, אַפֿילו ניט נאָך אַ וויזיט בײַם שערער. אָבער איין מעלה האָבן זיי געהאַט: זיי זײַנען געווען; איך האָב זיך געקענט פֿאַרלאָזן אויף זיי צו בלײַבן דאָרט אויפֿן אָרט. און דאָס איז געווען גענוג.

אָבער איצט האָט די גליקלעכע צײַט זיך געענדיקט. איבער אַ פֿערטל פֿון די הונדערט ביז הונדערט־פֿופֿציק טויזנט האָר, וואָס זײַנען בײַ מיר אַ מאָל געווען אויפֿן קאָפּ (אַזוי פֿיל רעכענען די וויסנשאַפֿטלער), זײַנען שוין איצט אויפֿן עולם־האמת. יעדן טאָג פֿאַלן אויס נאָך צענדליקער, אפֿשר הונדערטער, ווי פֿאַרייִאושטע בערזע־מעקלער, וואָס שפּרינגען אַראָפּ פֿון אַ הויכן בנין.

דער לייענער ווייסט מסתּמא, אַז דאָס באַקלאָג איך ניט מײַן פּערזענלעכע אויסגעקראָכנקייט אַליין, נאָר עס האַנדלט זיך פֿון אַ קאָלעקטיוון אומגליק פֿאַר מענער איבער דער גאָרער וועלט: 70% פֿון אַלע מענער לײַדן (אָדער וועלן לײַדן) פֿון אַ פּליך. אַז מע רעכנט אויס די צאָל מענער, הייסט דאָס 70% פֿון 3.5 ביליאָן, אָדער 2.45 ביליאָן קרבנות. אויב מע גיט צו די צאָל האָר, וואָס גייען פֿאַרלוירן בײַ יעדן איינעם באַזונדער — לאָמיר זאָגן פֿופֿציק טויזנט — קומט אויס, אַז 122 טריליאָן האָר הויכן אויס די נשמה פֿאַר אונדזערע אויגן.

עס קורסירן פֿאַרשיידענע מיטאָסן וועגן אויסגעקראָכנקייט, למשל, אַז עס הענגט אָפּ פֿון די גענעס, וואָס ווערן געירשנט פֿון דער מאַמעס טאַטן: אויב יענער זיידע האָט געהאַט אַ פּליך, איז דײַן גורל שוין פֿאַרחתמעט. אָבער מײַן זיידע פֿון דער מאַמעס צד האָט ביז אין זײַנע 90ער געהאַט אַ געדיכטע שעוועליור, שוואַרץ ווי די נאַכט און שטײַף ווי אַ בערשטל. צום באַדויערן, זײַנען זײַנע גענעס ערגעץ פֿאַרלוירן געגאַנגען און אין דעם פּרט בין איך מער געראָטן אינעם זיידן פֿונעם טאַטנס צד, וואָס זײַן קאָפּ איז געווען נאַקעט ווי אַ נאָדל.

לויט אַנדערע מיטאָסן, זײַנען די פּליכעוואַטע מענער קליגער אָדער מער גבֿרותדיק (אינעם סעקסועלן זינען), ווי די מענער מיט האָר אויפֿן קאָפּ. צום באַדויערן, זעט דאָס אויס ווי פּראָפּאַגאַנדע, פֿאַרשפּרייט דורך די פּליכעוואַטע אַליין: פֿאַקטיש האָבן זיי, אין דורכשניט, ווייניקער טעסטאָסטעראָן ווי זייערע האָריקע ברידער. וואָס עלטער מע ווערט, אַלץ מער פּליכעוואַטע ווערט מען — און אַלץ ווייניקער טעסטאָסטעראָן האָט מען.

אָבער אַ פּליך ברענגט מיט זיך געוויסע מעלות אויך, דער עיקר: מע דאַרף שוין מער ניט גיין צום פֿריזירער, ווײַל ס’איז מער ניטאָ וואָס צו פֿריזירן. אָן די ביימער, איז זייער גרינג אַליין מיט אַ ראַזירער אָפּצושנײַדן דאָס ביסל גראָז, וואָס וואַקסט נאָך. אַזוי פֿאַרשפּאָרט מען אַ ביסל צײַט און געלט, וואָס וואָלטן אַנדערש אַוועקגעגאַנגען אויף שיינקייט (מישטיינס געזאָגט).

אַזוי ווי מיט קינדער, וואָס קלײַבן זיך אַוועקצופֿאָרן שטודירן אין אַן אַנדער שטאַט, דאַרף מען זיך געזעגענען, וויסנדיק, אַז זיי וועלן קיין מאָל ניט צוריקקומען אויף שטענדיק. פֿון איין זײַט, איז אַ גרויסע פֿאַרלײַכטערונג פּטור צו ווערן פֿון די קינדער: עס ווערט שטיל אין הויז צום ערשטן מאָל זינט צוואַנציק יאָר; אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, איז אויך אומעטיק צו טראַכטן, אַז אויף ווײַטער וועט כּסדר זײַן אַזוי שטיל, און אַז זייערע צימערן וועלן בלײַבן ליידיק.

פֿאָרט געזונט, מײַנע האָר! איר וועט קיין מאָל ניט פֿאַרשטיין, וויפֿל איך האָב אײַך ליב געהאַט.