ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אַלכּסנדרה פּאָליאַן

Published March 02, 2016, issue of March 18, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

Getty Images

אַ דעמאָנסטראַציע צו דערמאָנען באָריס נעמצאָוו

אויף דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז די הויפּט־געשעעניש אי פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, אי דעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד געוואָרן דער יאָרצײַט נאָך באָריס נעמצאָוו — אַ באַקאַנטער רוסלענדישער פּאָליטיקער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס אין די 1990ער יאָרן האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר יעלצינס יורש; און אין דער תּקופֿה פֿון פּוטינען איז ער געוואָרן איינער פֿון די אָפּאָזיציע־אָנפֿירער. פֿאַראַיאָרן, דעם 28סטן פֿעברואַר, איז ער אומגעקומען בעת אַן אַטענטאַט.

די וואָך שבת זענען אין עטלעכע שטעט פֿון רוסלאַנד דורכגעפֿירט געוואָרן דעמאָנסטראַציעס אין אָנדענק פֿון נעמצאָוו. די באַטייליקטע פֿון אַזאַ דעמאָנסטראַציע אין יאַראָסלאַוול, וווּ נעמצאָוו האָט געוווינט, האָבן אויפֿגעהאָנגען אַ שילד אויף זײַן הויז, אויף וועלכן עס שטייט געשריבן: „אין דעם הויז האָט געוווינט באָריס נעמצאָוו, דער בירגער און פּאַטריאָט פֿון רוסלאַנד‟. דער בורגמײַסטער פֿון יאַראָסלאַוול האָט גערופֿן אַראָפּצונעמען דעם שילד, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די דעמאָנסטראַנטן האָבן פֿריִער באַקומען אַ דערלויבעניש פֿון די תּושבֿים פֿונעם הויז.

אַ סעמינאַר פֿאַר געשעפֿטס־לײַט

צו די אַנדערע נײַעס: זונטיק דעם 28סטן פֿעברואַר האָט דער קולטור־צענטער בײַ דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע, בשותּפֿות מין דער אַסאָציאַציע פֿון געשעפֿטס־לײַט פֿון ישׂראל, דורכגעפֿירט אַ סעמינאַר אויף דער טעמע, „פּריוואַטע אונטערנעמונגען אין ישׂראל‟. די געשעפֿטס־לײַט אלכּס מגידאָוו און אלי אוריצקי האָבן דערציילט וועגן דער לאַגע פֿון פּריוואַטע אונטערנעמונגען אין ישׂראל, זייערע פּערספּעקטיוון און וועגן דער געזעצגעבונג אין דעם געביט, ווי אויך וועגן זייער אייגענער דערפֿאַרונג.