„איי־די־על‟ פּובליקירט רשימה ראַסיסטן פֿאַר קאַנדידאַטן

ADL Publishes List of Racists For Candidates

דער רעפּובליקאַנער פּרעזידענט־קאַנדידאַט דאָנאַלד טראָמפּ, נאָכן געווינען אַ מערהייט אין אַ צאָל שטאַטן אינעם „סופּער דינסטיק‟, דעם 1טן מאַרץ; אין פּאַם־ביטש, פֿלאָרידע
Getty Images
דער רעפּובליקאַנער פּרעזידענט־קאַנדידאַט דאָנאַלד טראָמפּ, נאָכן געווינען אַ מערהייט אין אַ צאָל שטאַטן אינעם „סופּער דינסטיק‟, דעם 1טן מאַרץ; אין פּאַם־ביטש, פֿלאָרידע

פֿון ייִט״אַ

Published March 03, 2016, issue of March 18, 2016.

די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟ („איי־די־על‟) האָט די וואָך געשיקט אַלע קאַנדידאַטן אין די אַמעריקאַנער פּרעזידענטישע וואַלן אַ רשימה פֿון עלעף ראַסיסטן, וועמעס שטיצע זיי דאַרפֿן אָפּוואַרפֿן. דער בריוו איז געווען אַ רעאַקציע אויף דעם, וואָס דאָנאַלד טראָמפּ האָט נישט געהאַט עפֿנטלעך אָפּגעוואָרפֿן די שטיצע פֿונעם ווײַסן סופּרעמאַטיסט, דייוויד דוק.

די „איי־די־על‟ האָט באַגלייט דעם בריוו מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם „קו־קלאָקס־קלאַן‟ און אַנדערע שׂינאה־גרופּעס. אַחוץ דוק, אַ געוועזענער פֿירער פֿונעם „קו קלאָקס קלאַן‟, געפֿינט זיך אין דער רשימה דער הויפּט פֿון דער גרופּע „נאַציע פֿון איסלאַם‟, לויִ פֿאַראַכאַן, וועלכער האָט זונטיק געלויבט טראָמפּ פֿאַר האָבנדיק כּלומרשט זיך אָפּגעזאָגט צו נעמען געלט פֿון די ייִדן.

„מיר באַזאָרגן אַלע קאַמפּאַניעס מיט דער אינפֿאָרמאַציע, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי זאָלן פֿולשטענדיק אויסמײַדן די עקסטרעמיסטן, וואָס פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטיזם, ראַסיזם און ווײַסע סופּרעמאַטיע,‟ האָט יונתן גרינבלאַט, דער דירעקטאָר פֿון דער „איי־די־על‟, געשריבן אין אַ דערקלערונג, אין איינעם מיט דער רשימה. „ס׳איז נייטיק, אַז אַלע קאַנדידאַטן פֿאַר פּרעזידענט זאָלן אָפּוואַרפֿן און זיך עפֿנטלעך דערווײַטערן פֿון די גרופּעס, טאָמער דריקן די גרופּעס אויס שטיצע פֿאַר זייערע קאַמפּאַניעס.‟

טראָמפּ, דער פּאָפּולערסטער קאַנדידאַט אינעם רעפּובליקאַנער פֿאַרמעסט, האָט זונטיק רעאַגירט אויף סתּירותדיקע אופֿנים אויף דעם וואָס דוק האָט עפֿנטלעך אויסגעדריקט זײַן שטיצע פֿאַר אים. צו דער נײַעס־סטאַנציע „סי־ען־ען‟ האָט טראָמפּ געזאָגט: „איר דאַרפֿט פֿאַרשטיין, אַז איך ווייס גאָרנישט וועגן דייוויד דוק‟. שפּעטער יענעם טאָג האָט די „איי־די־על‟ געמאָלדן, אַז זי וועט באַזאָרגן טראָמפּ און די אַנדערע רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן די עקסטרעמיסטן און שׂינאה־גרופּעס.

אַחוץ דוק און פֿאַראַכאַן, געפֿינען זיך אין דער רשימה אַנדרו אַנגלין, וועלכער פֿירט אָן מיט דער נעאָ־נאַציסטישער וועבזײַט The Daily Stormer, און קעווין מאַק׳דאָנאַלד, אַ פּענסיאָנירטער פּראָפֿעסאָר און טרויעריק באַרימטער אַנטיסעמיט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.