ייִדישער פֿעסטיוואַל אין טראַני

Jewish Festival in Trani

אַן אַפֿיש פֿונעם קומענדיקן פֿעסטיוואַל און די שׂימחה אַרום דער היסטאָרישער שיל „סקאָלאַנאָוואַ‟ אין טראַני, וועלכע האָט זיך געפֿענט פֿון ס׳נײַ אין 2015.
אַן אַפֿיש פֿונעם קומענדיקן פֿעסטיוואַל און די שׂימחה אַרום דער היסטאָרישער שיל „סקאָלאַנאָוואַ‟ אין טראַני, וועלכע האָט זיך געפֿענט פֿון ס׳נײַ אין 2015.

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 04, 2016, issue of April 01, 2016.

פֿונעם 14טן ביזן 19טן מאַרץ וועט אין דער שטאָט טראַני, איטאַליע, פֿאָרקומען דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קונסט, קולטור און ליטעראַטור „לך־לך‟. די אונטערנעמונגען וועלן דורכגעפֿירט ווערן אין דער אָרטיקער שיל, כּשרן רעסטאָראַן, שטאָטישער ביבליאָטעק און אַ צאָל אַנדערע ערטער.

אויף דעם פֿעסטיוואַל וועלן פֿאָרקומען אויסשטעלונגען, לעקציעס און קאָנצערטן, מע וועט ווײַזן פֿילמען און מכבד זײַן דעם עולם מיט געשמאַקע מאכלים און ווײַן. דעם 14טן מאַרץ וועט זיך אָנהייבן נאָרמאַ פּיטשיאָטאָס פֿאָטאָ־אויסשטעלונג „שיר־השירים‟, וואָס וועט בלײַבן אָפֿן ביזן סוף פֿונעם פֿעסטיוואַל. נאָך אַ דעגוסטאַציע פֿון כּשרע ווײַנען וועלן דזשאַלויִדזשי און קלאַודיאַ לעראָ אויפֿטרעטן מיט זייער טעאַטראַלישער אינטערפּרעטאַציע פֿונעם דערמאָנטן פּאָעטישן טייל פֿון תּנ״ך.

דעם צווייטן טאָג וועט דער פֿעסטיוואַל זיך פֿאָקוסירן אויף ערנסטע דיסקוסיעס וועגן אַנטיסעמיטיזם און טעראָריזם. דער אָוונט וועט זיך אָנהייבן מיט סטיווען ספּילבערגס פֿילם „מינכן‟, וועגן דעם טרויעריק־באַרימטן אַטאַק אויף דער זומער־אָלימפּיאַדע אין מינכן, ווען די פּאַלעסטינער טעראָריסטישע גרופּע „שוואַרצער סעפּטעמבער‟ האָט אומגעבראַכט 11 ישׂראלדיקע ספּאָרטלער און אַ דײַטשישן פּאָליציאַנט. ספּילבערגס פֿילם, געשאַפֿן אין 2005, דערציילט וועגן דער געהיימער ישׂראלדיקער נקמה־אָפּעראַציע נאָכן דאָזיקן טעראָר־אַקט.

דעם 16טן מאַרץ וועט דער איטאַליעניש־ייִדישער טריִאָ „שנה טובֿה‟ אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט און פּרעזענטירט דאָס מוזיקאַלישע קאָמפּאַקטל „דאָס ליד פֿון אַבֿרהם‟. דעם 17טן מאַרץ וועט שפּילן דער דועט „ספֿרד‟.

אין דער שכנישע געגנט, אַפּוליע, וווינט בלויז אַ קליינע צאָל ייִדן. אַ ייִדישע קהילה האָט עקזיסטירט אינעם דאָזיקן ראַיאָן נאָך מיט 2000 יאָר צוריק. אין טראַני איז הײַנט מער נישטאָ קיין שטענדיקע ייִדישע קהילה. פֿונדעסטוועגן, האָבן די ייִדן אינעם יאָר 2006 באַקומען צוריק דעם היסטאָרישן בנין פֿון דער שיל „סקאָלאַנאָוואַ‟, אויפֿגעשטעלט אינעם 13טן יאָרהונדערט. די קירך האָט עס קאָנפֿיסקירט און באַנוצט במשך פֿון עטלעכע הונדערט יאָר ווי אַ קלויסטער. אינעם יאָר 2015 האָט דער רעסטאַוורירטער בנין ווידער אָנגעהויבן דינען ווי אַ שיל.

אַמאָל איז טראַני געווען אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישקייט, איינע פֿון די גרעסטע ייִדישע קהילות אינעם דרומדיקן טייל פֿון איטאַליע, וווּ עס האָבן געוווינט אַזעלכע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, ווי רבי ישעיה דטראַני, באַקאַנט ווי דער רי״ד, איינער פֿון די גרעסטע ראשונים, ווי אויך דער פֿילאָסאָף און פּוסק משה מטראַני. אַן אַנדער אָרטיקער אַלטער בנין, דער קלויסטער פֿון סאַנט־אַנאַ, איז אַמאָל געווען אַ שיל; אינעם קלויסטער געפֿינט זיך הײַנט אַ קליינער ייִדישער מוזיי.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.