אַ זיווג צווישן ייִדישקייט און אייראָפּעיִשער מיטאָלאָגיע?

Blending Judaism and European Mythology?

„דער האָביט‟ אויף ייִדיש און אַן אַלבאָם פֿון „דיבוקים‟
„דער האָביט‟ אויף ייִדיש און אַן אַלבאָם פֿון „דיבוקים‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 06, 2016, issue of April 01, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט וואַלערי דימשיץ, דער באַקאַנטער פּעטערבורגער ייִדיש־אַקטיוויסט, דערציילט וועגן בעריש גאָלדשטיינס איבערזעצונג פֿון דזש. ר. ר. טאָלקינס קלאַסיש ווערק „דער האָביט‟, אויסגעלייגט מיט די לאַטײַנישע אותיות. איצט האָבן די ידיעות וועגן דעם אומגעוויינטלעכן בוך זיך דערקליבן ביז רוסלאַנד.

אין 2012 האָט גאָדלשטיין, אַ פּענסיאָנירטער אַמעריקאַנער קאָמפּיוטער פּרגראַמיסט, אַרויסגעגעבן די איבערזעצונג פֿונעם „האָביט‟, ווי געהעריק, זיך באַנוצנדיק מיטן ייִדישן אַלף־בית. איציק גאָטעסמאַן האָט שוין דערציילט וועגן מיט אַ קריטישן טאָן אינעם „פֿאָרווערטס‟.

ווען מע פֿאַרנעמט זיך מיטן איבערזעצן אַזאַ בוך, מוז מען קענען איבערגעבן דעם גוטן סטיליסטישן טעם פֿון אָריגינאַל. צום באַדוירן, האָט גאָלדשטיין אויסגעפֿירט די דאָזיקע מלאָכה „כאַפּ־לאַפּ‟. צומאָל קלינגט עס ווי אַ קאָמפּיוטערישער מעכאַנישער טײַטש וואָרט נאָך וואָרט.

אין אַפּריל 2015 האָט גאָלדשטיין פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַע ווערסיע פֿון דער זעלבער איבערזעצונג — דאָס מאָל, טראַנסקריבירט מיטן לאַטײַנישן אַלפֿאַבעט. במשך פֿון עטלעכע חדשים, ווי עס ווערט דערציילט אויף דער וועבזײַט „ייִדישע נײַעס פֿון פּעטערבורג‟, האָט זיך דעם איבערזעצער אײַנגעגעבן צו פֿאַרקויפֿן 130 עקזעמפּלאַרן.

טאָלקינס ביכער זעצט גאָלדשטיין איבער אויף טשיקאַוועס און האָפֿט נישט צו פֿאַרשפּרייטן אַ גרויסן טיראַזש. עס טרעפֿן זיך פֿאַרברענטע טאָלקיניסטן, וואָס קויפֿן אײַן אַלע וואַריאַנטן פֿון זײַנע ביכער, וואָס זענען שוין אַרויס אויף 61 שפּראַכן. דעם 18טן פֿעברואַר האָט די וועבזײַט פֿון דער „טאָלקין־געזעלשאַפֿט‟ אַנאָנסירט די נײַע ראָמאַניזירטע ייִדישע איבערזעצונג. עס וועלן זיך זיכער געפֿינען גענוג טאָלקיניסטן, וואָס וועלן עס צוגעבן צו זייער פּאָליצע, וווּ עס שטייען שוין לאַוו־דווקא גוטע איבערזעצונגען אויף כּלערליי לשונות, וואָס זיי אַליין זענען נישט מסוגל צו באַגרײַפֿן.

בקיצור, וועט גאָלדשטיינס ווערק בלײַבן ווי אַ טשיקאַווער עקספּערימענט. ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז דאָס איז אַ טייל פֿון אַ ברייטערער טענדענץ מזווג צו זײַן די ייִדישע קולטור מיט דער צפֿון־אייראָפּעיִשער מיטאָלאָגיע, אויף וועלכער טאָקלינס ביכער זענען דורך און דורך באַגרינדעט. צווישן דעם עולם, וואָס אינטערעסירט זיך מיט דער אוראַלטער סקאַנדינאַווישער עבֿודה־זרה און טוען זיך אָן ווי וויקינגען און עלפֿן, טרעפֿן זיך אַלץ מער ליבהאָבער פֿון ייִדיש.

אַ גאַנצע ריי מוזיקאַלישע גרופּעס, וואָס שפּילן ראָק־מוזיק אויף דער טעמאַטיק, האָבן אַ פּראָ־פֿאַשיסטישן טעם און שטאָלצירן מיט זייערע „עכט־אַריאַנער‟ בלאָנדע האָר און בלויע אויגן. די אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון דער נעאָ־פּאַגאַנישער און מיטאָלאָגיש־אָריענטירטער סצענע באַציִען זיך אָבער מיט גרויס אינטערעס צו ייִדישקייט. סוף־כּל־סוף, זענען דאָך די אַשכּנזים אַן אייראָפּעיִש פֿאָלק און קבלה באַווײַזן זיך כּסדר אין דער נישט־ייִדישער כּישוף־ליטעראַטור.

ווי אַן אַנדער בײַשפּיל פֿונעם דאָזיקן חידושדיקן זיווג, איז כּדאַי צו באַמערקן די ישׂראלדיקע מעטאַל־גרופּע „געוואָלט‟, וואָס זינגט קלאַסישע ייִדישע לידער מיט די טענער, וואָס דערמאָנען בפֿירוש די דײַטשישע גרופּע „ראַמשטײַן‟; סך מענטשן באַשולדיקן זי אין פּראָ־פֿאַשיסטישע סימפּאַטיעס. אין 2015 האָט די דאָזיקע גרופּע געשאַפֿן אַן אָריגינעל ליד מיטן נאָמען „כאָכאָטשעט‟, וווּ עס זינגט זיך וועגן דראַקאָנען, וואָס זענען געפֿלויגן אין די וואָלקנס. דער אָפֿיציעלער ווידעאָ־קליפּ פֿונעם דאָזיקן ליד ווערט באַגלייט מיט אויפֿשריפֿטן אויף לאַטײַנישע אותיות.

גאָר אַן אַנדער בײַשפּיל איז די שוועדישע גרופּע „דיבוקים‟, וואָס זינגט אויף ייִדיש מיטן טעם פֿונעם סקאַנדינאַווישן פֿאָלק־ראָק. עס באַקומט זיך, אַז די ליבהאָבער פֿון דער נאָרדישער נאָרדישער מיטאָלאָגיע ווערן טאַקע צוגעצויגן צו ייִדיש.