ווי היילט מען זיך פֿון דער חורבן־טראַוומע?

Coping With Holocaust Trauma

אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿון אוישוויץ און זייערע משפּחות מאַכן אַ טור פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟, ברוקלין
Courtesy of the KHEC
אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿון אוישוויץ און זייערע משפּחות מאַכן אַ טור פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟, ברוקלין

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 06, 2016, issue of April 01, 2016.

אַן אויסגעהונגערטער 12־יאָריקער יתום אין קאָוונער געטאָ האָט זיך איין מאָל געוואָנדן צום קאָוונער רבֿ, ר׳ אפֿרים אשרי, מיט אַן אומגעוויינטלעכער שאלה: זײַנע עלטערן זענען שוין אומגעקומען, און אומעטום האָט דאָס ייִנגל געזען בלויז טויט און הונגער. „כ׳האָב מורא, אַז כ׳וועל נישט דערלעבן ביז דער בר־מיצווה, איז קען איך איצט אָנהייבן לייגן תּפֿילין?‟ האָט דאָס ייִנגל געפֿרעגט.

הרבֿ אשרי, אַ טרויעריקער, האָט באַטראַכט זײַן שאלה און געענטפֿערט: „יאָ, קענסט לייגן תּפֿילין, אָבער אָן אַ ברכה.‟ דאָס קינד האָט אַזוי געטאָן, און עטלעכע וואָכן שפּעטער האָט מען אים טאַקע דעפּאָרטירט און אומגעבראַכט.

די־אָ געשיכטע איז בלויז איינע פֿון די, וואָס הרבֿ אָשרי האָט געזאַמלט און וואָס זענען שפּעטער געדרוקט געוואָרן אינעם ספֿר, „שאלות און תּשובֿות פֿונעם חורבן‟. הײַנט איז עס אַ טייל פֿון אַן אויסשטעלונג אינעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟ — אַ נײַער חורבן־מוזיי אין ברוקלין מיט אַ ספּעציעלן שליחות: אין פֿאַרגלײַך מיט די ביז־איצטיקע חורבן־מוזייען איבער דער וועלט, באַטאָנט דער „קלײַנמאַן־צענטער‟ גיכער די אמונה פֿון די ייִדן בעתן חורבן איידער די אַכזריותן, וואָס מע איז מיט זיי באַגאַנגען.

„׳יד־ושם׳ און דער ׳אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי׳ אין וואַשינגטאָן, ווי אויך די חורבן־היסטאָריקער בכלל, קאָנצענטרירן זיך, דער עיקר, אויף די פֿאַרברעכער און די פֿאַרברעכנס‟, האָט דערקלערט הרבֿ שלום פֿרידמאַן, דער דירעקטאָר פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער‟. „מיר פֿאָקוסירן זיך גיכער אויף די געליטענע אַליין, בפֿרט די פֿרומע געליטענע, זייערע טאָגביכער בעתן חורבן, זייערע זכרונות, און די רעליגיעזע שאלות, וואָס זיי האָבן געשטעלט.‟

אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿון אוישוויץ און זייערע משפּחות מאַכן אַ טור פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟, ברוקלין
Courtesy of the KHEC
אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿון אוישוויץ און זייערע משפּחות מאַכן אַ טור פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟, ברוקלין

מײַן שוועסטער, וואָס וווינט אין אַ חרדישער קהילה אין צפֿת, האָט מיר איין מאָל געזאָגט, אַז ס׳איז דאָ אַן אַנדער אופֿן ווי אַזוי די פֿרומע שארית־הפּליטה באַציט זיך צום חורבן: זיי פֿאָקוסירן זיך גיכער אויף די נסים, איידער אויף די גרויזאַמע פֿאַקטן.

מע זעט זייער קלאָר דעם אונטערשייד צווישן דעם סעקולערן און דעם פֿרומען צוגאַנג צום חורבן, ווען מע דערמאָנט די טעמע — גאָט. בעת אַ שמועס מיט אַ סעקולערן לעבן געבליבענעם, הער איך געוויינטלעך: „ווי קען זײַן אַ גאָט אויף דער וועלט, וואָס וואָלט דערלאָזט אַזאַ חורבן?‟

אָבער די פֿרומע שארית־הפּליטה וועלן אָפֿט מאָל זאָגן פּונקט פֿאַרקערט: „עס מוז זײַן אַ גאָט אויף דער וועלט, ווײַל קוק נאָר אָן די נסים, וואָס איך האָב איבערגעלעבט!‟ מיט יאָרן צוריק, למשל, האָט מײַנער אַ שכן, אַ פֿרומער ייִד מיט איין פֿוס — זייער אַ פֿרײַנדלעכער, גוט־מוטיקער פּאַרשוין — מיר דערציילט ווי אַזוי ער האָט דעם פֿוס פֿאַרלוירן: בעת אַ דעפּאָרטאַציע, איז ער אַראָפּגעשפּרונגען פֿון דער באַן, כּדי צו אַנטלויפֿן; האָט אַ נאַצי־וועכטער אין אים געשאָסן און געטראָפֿן אין פֿוס. דער ייִד איז טאַקע אַנטלאָפֿן, נאָר דער פֿוס איז אַזוי קאַליע געוואָרן, אַז מע האָט אים געמוזט אַמפּוטירן. „יעדן טאָג באַדאַנק איך דעם נאַצי, וואָס ער האָט מיר געראַטעוועט דאָס לעבן,‟ האָט דער ייִד געזאָגט. „ער האָט מיך, אַוודאי, געקאָנט דערהרגענען, און דאָך האָט ער באַשלאָסן מיך בלויז צו פֿאַרוווּנדיקן.‟

די מעגלעכקייט, אַז דער נאַצי האָט פּשוט שלעכט געשאָסן, איז דעם ייִדן אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן; בײַ אים איז עס געווען אַ נס־מן־השמים. אפֿשר, צום טייל, צוליב זײַן פּאָזיטיוון צוגאַנג, איז דער ייִד טאַקע קיין מאָל נישט געווען דערשלאָגן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.