ווי היילט מען זיך פֿון דער חורבן־טראַוומע?

Coping With Holocaust Trauma

אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿון אוישוויץ און זייערע משפּחות מאַכן אַ טור פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟, ברוקלין
Courtesy of the KHEC
אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿון אוישוויץ און זייערע משפּחות מאַכן אַ טור פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟, ברוקלין

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 06, 2016, issue of April 01, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

קאַרען קאַפּלאַן, אַ טאָכטער פֿון אַ לעבן געבליבענעם פֿון חורבן, האָט לעצטנס אָנגעשריבן אַ בוך, וואָס נעמט דעם דאָזיקן פּאָזיטיוון צוגאַנג און מאַכט אַ טראָט ווײַטער: ווי איינע וואָס האָט יאָרן לאַנג געליטן פֿונעם טאַטנס כּעס, פֿאַרביטערטקייט און עמאָציאָנעלער באַלעסטיקונג — אַ קלאָרער רעזולטאַט פֿון די אַכזריותן, וואָס ער האָט אַליין איבערגעלעבט — האָט זי באַשלאָסן, אַז דער איינציקער מיטל זיך צו באַפֿרײַען פֿון איר אייגענער שרעק, כּעס און פּאַראַנויע, איז מוחל צו זײַן נישט בלויז איר טאַטן, נאָר, להבֿדיל, אויך אַלע נאַציס און קאָלאַבאָראַטאָרן, וואָס האָבן אים עמאָציאָנעל פֿאַרקריפּלט און אומגעבראַכט די זעקס מיליאָן ייִדן. דאָס בוך, Descendants of Rajgrod: Learning to Forgive [די אָפּשטאַמיקע פֿון רײַגראָד: אַ לעקציע פֿון מחילה] איז לעצטנס געווען די טעמע פֿון אַ נײַעס־באַריכט אויף דער שיקאַגער טעלעוויזע־סטאַנציע WGN TV.

אינעם בוך דערציילט זי וועגן איר טאַטנס שרעקלעכער איבערלעבונג אין רײַגראָד, אַ שטעטל אין צפֿון־פּוילן. איין נאַכט, נאָך דעם ווי די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט פּוילן, האָבן צוויי אוקראַיִנער זיך אַרײַנגעריסן צו זײַן משפּחה אין שטוב, און אויסגעשאָכטן זײַן טאַטע־מאַמע, און אַלע שוועסטער און ברידער, בעת ער, אַ 20־יאָריקער בחור, האָט זיך אויסבאַהאַלטן אין שײַער. ער איז אַנטלאָפֿן אין וואַלד און דאָרט זיך באַהאַלטן דרײַ יאָר, טוענדיק אַלץ מעגלעכס צו בלײַבן בײַם לעבן; ער האָט אַפֿילו דערהרגעט פּאָליאַקן און דײַטשן, וואָס האָבן זיך דערנענטערט צו אים.

נאָך דער מלחמה איז ער געקומען קיין אַמעריקע, חתונה געהאַט און געהאַט צוויי זין און אַ טאָכטער. קאַרען איז די מיזינקע. בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט קאַרען דערציילט וועגן דער פֿאַרביטערטקייט, וואָס דער טאַטע האָט תּמיד געטראָגן אין זיך קעגן די מערדער פֿון זײַן משפּחה, און ווי דאָס האָט זיך דורך זײַן ברוטאַלן אויפֿפֿיר אויסגעלאָזט צו זײַן פֿרוי און זין.

„ער פֿלעגט שלאָגן די מאַמע, למשל, מיטן שטעקן פֿונעם וואַקומירער, אָדער שלאָגן מײַנע ברידער מיט אַ פּאַסיק,‟ האָט זי געזאָגט. איין מאָל, איז איר טאַטע, ווי געוויינטלעך, געקומען אָפּנעמען קאַרען און איר ברודער בערי פֿונעם אָרטיקן קהילה־צענטער, כּדי זיי צו ברענגען אַהיים, אָבער באַרי האָט אַזוי הנאה געהאַט פֿון זײַן קעראַמיק־קלאַס, אַז ער האָט באַשלאָסן צו בלײַבן אַ ביסל לענגער. מלא־כּעס איז דער טאַטע אַרײַן אינעם קעראַמיק־קלאַס, און פֿאַרן לערער און אַלע תּלמידים, האָט ער אַזוי שטאַרק אָנגעשלאָגן זײַן זון, אַז דער לערער האָט אָנגעשריבן אַ פֿאָרמעלן באַריכט צום דירעקטאָר פֿונעם צענטער. „מע האָט אונדז געשיקט אַ בריוו מיט אַ וואָרענונג, אָבער מער ווי דאָס — נישט,‟ האָט קאַרען געזאָגט.

הגם דער טאַטע האָט זי, קאַרען, קיין מאָל נישט געשלאָגן, פֿלעגט זי זיך אָפֿט באַהאַלטן אין דער שאַפֿע, ווען ער איז „ווילד געוואָרן‟. „איך האָב תּמיד מורא געהאַט, אַז באַלד וועט ער זיך נעמען צו מיר,‟ האָט זי געזאָגט.