ווי היילט מען זיך פֿון דער חורבן־טראַוומע?

Coping With Holocaust Trauma

אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿון אוישוויץ און זייערע משפּחות מאַכן אַ טור פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟, ברוקלין
Courtesy of the KHEC
אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿון אוישוויץ און זייערע משפּחות מאַכן אַ טור פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟, ברוקלין

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 06, 2016, issue of April 01, 2016.

אַן אויסגעהונגערטער 12־יאָריקער יתום אין קאָוונער געטאָ האָט זיך איין מאָל געוואָנדן צום קאָוונער רבֿ, ר׳ אפֿרים אשרי, מיט אַן אומגעוויינטלעכער שאלה: זײַנע עלטערן זענען שוין אומגעקומען, און אומעטום האָט דאָס ייִנגל געזען בלויז טויט און הונגער. „כ׳האָב מורא, אַז כ׳וועל נישט דערלעבן ביז דער בר־מיצווה, איז קען איך איצט אָנהייבן לייגן תּפֿילין?‟ האָט דאָס ייִנגל געפֿרעגט.

הרבֿ אשרי, אַ טרויעריקער, האָט באַטראַכט זײַן שאלה און געענטפֿערט: „יאָ, קענסט לייגן תּפֿילין, אָבער אָן אַ ברכה.‟ דאָס קינד האָט אַזוי געטאָן, און עטלעכע וואָכן שפּעטער האָט מען אים טאַקע דעפּאָרטירט און אומגעבראַכט.

די־אָ געשיכטע איז בלויז איינע פֿון די, וואָס הרבֿ אָשרי האָט געזאַמלט און וואָס זענען שפּעטער געדרוקט געוואָרן אינעם ספֿר, „שאלות און תּשובֿות פֿונעם חורבן‟. הײַנט איז עס אַ טייל פֿון אַן אויסשטעלונג אינעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟ — אַ נײַער חורבן־מוזיי אין ברוקלין מיט אַ ספּעציעלן שליחות: אין פֿאַרגלײַך מיט די ביז־איצטיקע חורבן־מוזייען איבער דער וועלט, באַטאָנט דער „קלײַנמאַן־צענטער‟ גיכער די אמונה פֿון די ייִדן בעתן חורבן איידער די אַכזריותן, וואָס מע איז מיט זיי באַגאַנגען.

„׳יד־ושם׳ און דער ׳אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי׳ אין וואַשינגטאָן, ווי אויך די חורבן־היסטאָריקער בכלל, קאָנצענטרירן זיך, דער עיקר, אויף די פֿאַרברעכער און די פֿאַרברעכנס‟, האָט דערקלערט הרבֿ שלום פֿרידמאַן, דער דירעקטאָר פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער‟. „מיר פֿאָקוסירן זיך גיכער אויף די געליטענע אַליין, בפֿרט די פֿרומע געליטענע, זייערע טאָגביכער בעתן חורבן, זייערע זכרונות, און די רעליגיעזע שאלות, וואָס זיי האָבן געשטעלט.‟

אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿון אוישוויץ און זייערע משפּחות מאַכן אַ טור פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟, ברוקלין
Courtesy of the KHEC
אַ גרופּע לעבן געבליבענע פֿון אוישוויץ און זייערע משפּחות מאַכן אַ טור פֿונעם „קלײַנמאַן־צענטער פֿון חורבן־דערציִונג‟, ברוקלין

מײַן שוועסטער, וואָס וווינט אין אַ חרדישער קהילה אין צפֿת, האָט מיר איין מאָל געזאָגט, אַז ס׳איז דאָ אַן אַנדער אופֿן ווי אַזוי די פֿרומע שארית־הפּליטה באַציט זיך צום חורבן: זיי פֿאָקוסירן זיך גיכער אויף די נסים, איידער אויף די גרויזאַמע פֿאַקטן.

מע זעט זייער קלאָר דעם אונטערשייד צווישן דעם סעקולערן און דעם פֿרומען צוגאַנג צום חורבן, ווען מע דערמאָנט די טעמע — גאָט. בעת אַ שמועס מיט אַ סעקולערן לעבן געבליבענעם, הער איך געוויינטלעך: „ווי קען זײַן אַ גאָט אויף דער וועלט, וואָס וואָלט דערלאָזט אַזאַ חורבן?‟

אָבער די פֿרומע שארית־הפּליטה וועלן אָפֿט מאָל זאָגן פּונקט פֿאַרקערט: „עס מוז זײַן אַ גאָט אויף דער וועלט, ווײַל קוק נאָר אָן די נסים, וואָס איך האָב איבערגעלעבט!‟ מיט יאָרן צוריק, למשל, האָט מײַנער אַ שכן, אַ פֿרומער ייִד מיט איין פֿוס — זייער אַ פֿרײַנדלעכער, גוט־מוטיקער פּאַרשוין — מיר דערציילט ווי אַזוי ער האָט דעם פֿוס פֿאַרלוירן: בעת אַ דעפּאָרטאַציע, איז ער אַראָפּגעשפּרונגען פֿון דער באַן, כּדי צו אַנטלויפֿן; האָט אַ נאַצי־וועכטער אין אים געשאָסן און געטראָפֿן אין פֿוס. דער ייִד איז טאַקע אַנטלאָפֿן, נאָר דער פֿוס איז אַזוי קאַליע געוואָרן, אַז מע האָט אים געמוזט אַמפּוטירן. „יעדן טאָג באַדאַנק איך דעם נאַצי, וואָס ער האָט מיר געראַטעוועט דאָס לעבן,‟ האָט דער ייִד געזאָגט. „ער האָט מיך, אַוודאי, געקאָנט דערהרגענען, און דאָך האָט ער באַשלאָסן מיך בלויז צו פֿאַרוווּנדיקן.‟

די מעגלעכקייט, אַז דער נאַצי האָט פּשוט שלעכט געשאָסן, איז דעם ייִדן אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן; בײַ אים איז עס געווען אַ נס־מן־השמים. אפֿשר, צום טייל, צוליב זײַן פּאָזיטיוון צוגאַנג, איז דער ייִד טאַקע קיין מאָל נישט געווען דערשלאָגן.

קאַרען קאַפּלאַן, אַ טאָכטער פֿון אַ לעבן געבליבענעם פֿון חורבן, האָט לעצטנס אָנגעשריבן אַ בוך, וואָס נעמט דעם דאָזיקן פּאָזיטיוון צוגאַנג און מאַכט אַ טראָט ווײַטער: ווי איינע וואָס האָט יאָרן לאַנג געליטן פֿונעם טאַטנס כּעס, פֿאַרביטערטקייט און עמאָציאָנעלער באַלעסטיקונג — אַ קלאָרער רעזולטאַט פֿון די אַכזריותן, וואָס ער האָט אַליין איבערגעלעבט — האָט זי באַשלאָסן, אַז דער איינציקער מיטל זיך צו באַפֿרײַען פֿון איר אייגענער שרעק, כּעס און פּאַראַנויע, איז מוחל צו זײַן נישט בלויז איר טאַטן, נאָר, להבֿדיל, אויך אַלע נאַציס און קאָלאַבאָראַטאָרן, וואָס האָבן אים עמאָציאָנעל פֿאַרקריפּלט און אומגעבראַכט די זעקס מיליאָן ייִדן. דאָס בוך, Descendants of Rajgrod: Learning to Forgive [די אָפּשטאַמיקע פֿון רײַגראָד: אַ לעקציע פֿון מחילה] איז לעצטנס געווען די טעמע פֿון אַ נײַעס־באַריכט אויף דער שיקאַגער טעלעוויזע־סטאַנציע WGN TV.

אינעם בוך דערציילט זי וועגן איר טאַטנס שרעקלעכער איבערלעבונג אין רײַגראָד, אַ שטעטל אין צפֿון־פּוילן. איין נאַכט, נאָך דעם ווי די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט פּוילן, האָבן צוויי אוקראַיִנער זיך אַרײַנגעריסן צו זײַן משפּחה אין שטוב, און אויסגעשאָכטן זײַן טאַטע־מאַמע, און אַלע שוועסטער און ברידער, בעת ער, אַ 20־יאָריקער בחור, האָט זיך אויסבאַהאַלטן אין שײַער. ער איז אַנטלאָפֿן אין וואַלד און דאָרט זיך באַהאַלטן דרײַ יאָר, טוענדיק אַלץ מעגלעכס צו בלײַבן בײַם לעבן; ער האָט אַפֿילו דערהרגעט פּאָליאַקן און דײַטשן, וואָס האָבן זיך דערנענטערט צו אים.

נאָך דער מלחמה איז ער געקומען קיין אַמעריקע, חתונה געהאַט און געהאַט צוויי זין און אַ טאָכטער. קאַרען איז די מיזינקע. בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט קאַרען דערציילט וועגן דער פֿאַרביטערטקייט, וואָס דער טאַטע האָט תּמיד געטראָגן אין זיך קעגן די מערדער פֿון זײַן משפּחה, און ווי דאָס האָט זיך דורך זײַן ברוטאַלן אויפֿפֿיר אויסגעלאָזט צו זײַן פֿרוי און זין.

„ער פֿלעגט שלאָגן די מאַמע, למשל, מיטן שטעקן פֿונעם וואַקומירער, אָדער שלאָגן מײַנע ברידער מיט אַ פּאַסיק,‟ האָט זי געזאָגט. איין מאָל, איז איר טאַטע, ווי געוויינטלעך, געקומען אָפּנעמען קאַרען און איר ברודער בערי פֿונעם אָרטיקן קהילה־צענטער, כּדי זיי צו ברענגען אַהיים, אָבער באַרי האָט אַזוי הנאה געהאַט פֿון זײַן קעראַמיק־קלאַס, אַז ער האָט באַשלאָסן צו בלײַבן אַ ביסל לענגער. מלא־כּעס איז דער טאַטע אַרײַן אינעם קעראַמיק־קלאַס, און פֿאַרן לערער און אַלע תּלמידים, האָט ער אַזוי שטאַרק אָנגעשלאָגן זײַן זון, אַז דער לערער האָט אָנגעשריבן אַ פֿאָרמעלן באַריכט צום דירעקטאָר פֿונעם צענטער. „מע האָט אונדז געשיקט אַ בריוו מיט אַ וואָרענונג, אָבער מער ווי דאָס — נישט,‟ האָט קאַרען געזאָגט.

הגם דער טאַטע האָט זי, קאַרען, קיין מאָל נישט געשלאָגן, פֿלעגט זי זיך אָפֿט באַהאַלטן אין דער שאַפֿע, ווען ער איז „ווילד געוואָרן‟. „איך האָב תּמיד מורא געהאַט, אַז באַלד וועט ער זיך נעמען צו מיר,‟ האָט זי געזאָגט.

שפּעטער, ווען קאַרען האָט חתונה געהאַט און שוין געהאַט אייגענע קינדער, בפֿרט נאָך דעם ווי איר מאַמע איז ניפֿטר געוואָרן, האָט זי גאָרנישט געוואָלט האָבן צו טאָן מיטן טאַטן, אַפֿילו נישט געוואָלט, אַז ער זאָל זײַן אויף די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון איר זונס בר־מיצווה. „מײַן טעראַפּעווט האָט מיר געזאָגט, אַז איך טראָג אַ סך כּעס אין זיך און ס׳וועט מיר העלפֿן מוחל צו זײַן דעם טאַטן, אָבער האָבנדיק זיך דערצויגן אין אַ פֿרומער היים, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז מע איז נישט מוחל אַ מענטשן, סײַדן ער בעט מחילה אָדער ער איז מודה, אַז ער האָט דיך באַעעוולט. אָבער ווען איך האָב געזאָגט מײַן טאַטן, אַז זײַן כּעס און שלאָגן האָט אונדז שטאַרק וויי געטאָן, איז זײַן ענטפֿער געווען: „איר האָט עס כּשר פֿאַרדינט.‟

אויף דער בר־מיצווה פֿון קאַרען קאַפּלאַנס זון, 2001. פֿון רעכטס: קאַרענס טאַטע, אַריה קאַפּלאַן; דער בר־מיצווה בחור, מאַקס; קאַרען, און איר ברודער — באַרי.
Karen Kaplan
אויף דער בר־מיצווה פֿון קאַרען קאַפּלאַנס זון, 2001. פֿון רעכטס: קאַרענס טאַטע, אַריה קאַפּלאַן; דער בר־מיצווה בחור, מאַקס; קאַרען, און איר ברודער — באַרי.

ווען דער טאַטע האָט שוין געהאַלטן בײַם שטאַרבן, און געווען כּלומרשט אומבאַוווּסטזיניק, האָט קאַרען, סוף־כּל־סוף, געזאָגט צו אים: „טאַטי, איך בין דיר מוחל.‟ ער האָט געעפֿנט די אויגן, אָבער גאָרנישט געענטפֿערט, און איז געשטאָרבן צוויי טעג שפּעטער.

„מײַן מוחל זײַן אים האָט אָבער נישט אויסגעראָטן מײַן שרעק און כּעס,‟ האָט זי געזאָגט. איז זי געפֿאָרן קיין רײַגראָד, צו זען איר טאַטנס אַמאָליקער שטוב, וווּ מע האָט אויסגעהרגעט זײַן משפּחה. די איצטיקע אייגנטימערין פֿון הויז האָט זי נישט אַרײַנגעלאָזט, איז קאַרען געשטאַנען אין דרויסן און אָנגעהויבן זאָגן קדיש.

קאַרען זאָגט קדיש לעבן דעם טאַטנס אַמאָליקער שטוב אין רײַגראָד, פּוילן, 2011
Karen Kaplan
קאַרען זאָגט קדיש לעבן דעם טאַטנס אַמאָליקער שטוב אין רײַגראָד, פּוילן, 2011

„ערשט דעמאָלט האָט זיך אָנגעהויבן גיסן בײַ מיר טרערן; איך האָב נישט אויפֿגעהערט צו כליפּען, ווײַל אין יענעם מאָמענט האָב איך באַשלאָסן, אַז איך וויל זיך מער נישט אַרומטראָגן מיט מײַן טאַטנס שרעק און כּעס, נאָר פֿאַרקערט: איך בין אים מוחל, און בין מוחל אַלע נאַציס און קאָלאַבאָראַטאָרן פֿונעם חורבן, אַרײַנגערעכנט די מערדער פֿון מײַן טאַטנס משפּחה.‟

קאַרען ווייסט, אַז איר מוחל זײַן די נאַציס רופֿט אַרויס כּעס בײַ אַנדערע ייִדן, בפֿרט בײַ דער שארית־הפּליטה און זייערע קינדער. „טאַקע דערפֿאַר האָב איך אָנגעשריבן דאָס בוך, אַז מענטשן זאָלן פֿאַרשטיין, אַז איך האָב נישט געהאַט קיין ברירה. איך מוז פּטור ווערן פֿון די פֿאַרסמטע געפֿילן צו די מענטשן, וואָס האָבן אויסגעשאָכטן מײַן משפּחה און פֿאַרקריפּלט מײַן טאַטנס לעבן. איך טו עס נישט פֿאַר זיי, די מערדער, נאָר פֿאַר זיך אַליין. פֿאַרגעבן זיי, הייסט, באַפֿרײַען זיך אַליין פֿון דער ירושה פֿון ליידן, שרעק און פּאַראַנויע, וואָס איך האָב אַ גאַנץ לעבן אַרומגעטראָגן אויף מײַנע קליינע אַקסלען.‟

קאַרען האָט אָבער צוגעגעבן איין זאַך. „מע זאָגט טאַקע: נישט פֿאַרגעסן, נישט פֿאַרגעבן. בײַ מיר איז אַנדערש: איך וועל זיי פֿאַרגעבן, אָבער פֿאַרגעסן — אַוודאי און אַוודאי נישט.‟