ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published March 07, 2016, issue of April 01, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אָרטאָדאָקסישע רבנים און קערפּערלעכע אָרגאַנען

אַ גרופּע רבנים פֿון מעלבורן און סידנעי, האַלטנדיק, אַז די הלכה דערלױבט דאָס אַריבערפֿלאַנצן קערפּערלעכע אָרגאַנען פֿון אַ מת צו אַ לעבעדיקן מענטשן, האָט געמאָלדן, אַז עס איז אַ מיצװה צו דערלױבן אַזאַ אַריבערפֿלאַנצונג.

אַ גרופּע אַמעריקאַנער רבנים מיט דער זעלבער מײנונג האָט שױן געשאַפֿן די געזעלשאַפֿט פֿאַר דעם אַריבערפֿלאַנצן קערפּערלעכע אָרגאַנען על־פּי־הלכה, װאָס הײסט, „האָדס“ (די געזעלשאַפֿט פֿאַרן מנדר זײַן קערפּערלעכע אָרגאַנען על־פּי־הלכה). די אױסטראַלישע רבנים האָבן איצט געשאַפֿן אַן ענלעכע גרופּע, װאָס הײסט, „האָדס אױסטראַליע“, װאָס פֿאַרשרײַבט די נעמען פֿון לאָקאַלע ייִדן, װעלכע זײַנען מסכּים, אין פֿאַל פֿונעם אײגענעם טױט, אַז זײערע קערפּערלעכע אָרגאַנען זאָלן אַריבערגעפֿלאַנצט װערן אינעם קערפּער פֿון אַ קראַנקן לעבעדיקן יחיד, אַבי דער מוח פֿינעם געבער איז שױן טױט, לױט די געזעצן פֿון דער הלכה. דאָס גיט בעסערע מעגלעכקײטן פֿאַר דערפֿאָלג בײַם אַריבערפֿלאַנצן אָרגאַנען װי אַז מע לײגט אָפּ די אָפּעראַציע ביז ערשט נאָך דעם װי דאָס האַרץ פֿונעם מת הערט אױף צו שלאָגן.

די אױסטראַלישע „האָדס“ פֿאַרשרײַבונגס־קאַרטלעך גיבן איבער דעם רשות צו באַשטימען צי דער מת איז טאַקע טױט על־פּי־הלכה צום סידנעיער בית־דין.

„בני־ברית“ װיקטאָריע עפֿנט אױף אַן אױסשטעלונג

„בני־ברית“ װיקטאָריע האָט אָפֿיציעל געעפֿנט זײַן נײַע אױסשטעלונג א״נ פֿון „דער מוט צו זאָרגן פֿאַר יענעם“ אין מעלבורן. דער געהילף שטאַטישן פּרעמיער פֿון װיקטאָריע און דער מיניסטער פֿאַר בילדונג אין װיקטאָריע זײַנען בײדע בײַגעװען אױף דער אונטערנעמונג, װאָס האָט צוגעצױגן אַן עולם פֿון כּמעט 200 מאַן. די אױסשטעלונג האָט די אָפֿיציעלע אונטערשטיצונג פֿון דער רעגירונג פֿון װיקטאָריע. די נײַע אױסשטעלונג באַנוצט זיך מיט דער נײַסטער טעכנאָלאָגיע אױסצולערנען יונגע־לײַט, אַז יעדער אײנער קען ענדערן די װעלט צום גוטן דורך מאַכן גוטע באַשלוסן. די אַלטע אױסשטעלונג „דער מוט צו זאָרגן פֿאַר יענעם“ איז אַרומגעפֿאָרן איבער דעם שטאַט װיקטאָריע זינט 1993 און האָט געהאַט כּמעט 90,000 באַזוכער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.