ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published March 07, 2016, issue of April 01, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ פֿאָרשטײער פֿון דער „גאַנדעל־פֿונדאַציע‟, װאָס האָט פֿינאַנצירט אַ גרױסן טײל פֿון דער נײַער אױסשטעלונג, האָט אונטערגעשטראָכן, אַז „די דערציִונג װעגן דעם חורבן און װעגן מענטשן־רעכט האָט זיך אַנטװיקלט מיט דער צײַט. אַזױ װי דער צײַט־שטח [צװישן אונדז און דעם חורבן] האַלט אין אײן װאַקסן, דאַרפֿן מיר פֿאַרזיכערן, אַז די נײַע דורות זאָלן נישט פֿאַרגעסן די לערע פֿונעם חורבן.“

מלוכה־לײַט באַגריסן זיך אויף ייִדיש

אױסטראַליעס ייִדישער מיניסטער פֿאַר רעסורסן, כּוח און צפֿון־אױסטראַליע האָט זיך געטראָפֿן מיט די רעסורסן־מיניסטאָרן פֿון מדינת־ישׂראל און קאַנאַדע אױף אַן אינטערנאַציאָנעלן צוזאַמענטרעף, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין היוסטאָן, טעקסעס. אַזױ װי דער קאַנאַדישער מיניסטער איז אױך אַ ייִד, האָבן די דרײַ ייִדישע מיניסטאָרן זיך באַגריסט אױף ייִדיש און העברעיִש.

די הענריק סלאַװיק־פּרעמיע פֿאַרן יאָר 2016

קריסטאָפֿער לאַנצוצקי, װאָס איז יאָרן לאַנג געװען טעטיק אינעם לאָקאַלן פּױלישן געזעלשאַפֿטלעכן ראַט, איז דער געװינער פֿון דער הענריק סלאַװיק־פּרעמיע פֿאַר אַ יחיד פֿון פּױלישן אָדער ייִדישן אָפּשטאַם, אָדער אַן אינסטיטוציע, װאָס אַרבעט לטובֿת פֿאַרבעסערטע באַציִונגען צװישן ייִדן און פּאָליאַקן פֿאַרן יאָר 2016.

לאַנצוצקי האָט מיטגעאַרבעט מיטן מעלבורנער ייִדישן חורבן־מוזעום און פֿאָרש־צענטער אױף בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן און האָט אַרײַנגעצױגן די אױסטראַלישע געזעלשאַפֿט פֿון פּױלישע ייִדן און זײער נאָכװוּקס אין דער אַרבעט פֿונעם פּױלישן ראַט.

די צערעמאָניע פֿון צוטײלן די פּרעמיע װעט פֿאָרקומען סוף מאַרץ אין מעלבורן. דער פֿאָרזיצער פֿון דער מולטי־קולטורעלער קאָמיסיע פֿון װיקטאָריע װעט האַלטן די הױפּט־רעדע בײַ דער געלעגנהײט.

הענריק סלאַװיק איז געװען אַ פּױלישער מלוכה־מאַן אין צװישן־מלחמהדיקן פּױלן און אַ דיפּלאַמאַט. במשך פֿונעם חורבן האָט ער געראַטעװעט 5,000 פּױלישע ייִדן, װעלכע זײַנען אַנטלאָפֿן קײן אונגאַרן. ער האָט זײ געגעבן „רײנע“ פּעסער. ער האָט אױך געראַטעװעט 25,000 פּאָליאַקן פֿון די נאַציס. די נאַציס האָבן אומגעבראַכט סלאַװיקן און זײַנע מיטאַרבעטער אינעם לאַגער מאַטהאַוזען, װאָס געפֿינט זיך אין עסטרײַך, אין 1944.

אַ צװײטע פּובליקאַציע פֿון דער אױסטראַלישער „הגדה של פּסח“

די אױסטראַליש-יִידישע װױלטעטיקע אָרגאָניזאַציע „סטענד אָפּ אָסטרײליע“ (שטײ אױף אױסטראַליע) האָט אָפּגעדרוקט נאָך 2,500 קאָפּיעס פֿון איר נײַער אױסטראַלישער „הגדה של פּסח“, נאָך דעם װי דער ערשטער אַרױסלאָז איז אױספֿאַרקױפֿט געװאָרן.

אַזױ װי די אַבאָריגענען זײַנען די ערשטע אױסטראַליער, איז טראַדיציאָנעל אײַנגעפֿירט אין אױסטראַליע אָנצוהײבן יעדן צוזאַמענטרעף מיטן באַגריסן די לאָקאַלע אַבאָריגענישע אָנפֿירערשאַפֿט. די הגדה הײבט זיך אָן מיט אַ באַגריסונג צום ייִדישן פֿאָלק פֿון אַן אָנגעזעענעם פֿאָרשטײער פֿון דער אַבאָריגעער אָנפֿירערשאַפֿט אין לאַנד.