אַ פֿאָלק מיט אַ זכּרון

A People With A Long Memory

אַן אַנאָנס צום פֿילם „אין אונדזער שיל‟
אַן אַנאָנס צום פֿילם „אין אונדזער שיל‟

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 08, 2016, issue of April 01, 2016.

עס דאַכט זיך, אַז כ׳האָב שױן גענוג אָפּגעלעבט אױף דער װעלט. אַגבֿ, כ׳לעב שױן אַ סך לענגער װי מײַנע בײדע זײדעס האָבן געלעבט. װאָס פֿעלט מיר אין לעבן? גאָרנישט. כ׳בין ממש צופֿרידן פֿון אַלץ (נאָר צום װעטער האָב איך שטענדיק טענות), און דעריבער זיץ איך מיר גאַנצענע טעג אין מײַן צימער און הער ניט אױף צו װאָרטשען אױף די, װאָס שטערן מיר צו שטײן בײַם פֿענצטער און קלערן: אָט דאָס איז ניט גוט און דאָס איז שלעכט (איך מײן די מלחמה אין סיריע); אָט די זײַנען פֿאַרטיקע אידיאָטן (די קאָמיסאַרן פֿון דער פֿאַראײניקטער אײראָפּע); און די זײַנען רחמנים בעלי־רחמנות אױף יענעמס חשבון (דער אײראָפּעיִשער פּאַרלאַמענט); און אַזױ, פֿון טאָג צו טאָג װערט מײַן טענות־רשימה (צו דער װאַנט) אַלץ לענגער און אַלץ קאָליריק.

ס׳איז דאָך ממש אַ מיאסע טבֿע, דאַרף איך אײַך זאָגן, אָדער שטײ און שװײַג, אָדער טו עפּעס און העלף… װעמען קען איך העלפֿן? די פֿאַרטיקע באַנדיטן פֿון יענער זײַט אונדזער גרענעץ אָדער די אײראָפּעיִשע ביוראָקראַטן, װעלכע װעלן מיך צו דער שיסל ניט דערלאָזן… און בכלל, זאָגט מיר מײַן שטרענגער געװיסן־קאָנטראָלער, גענוג שױן צו שטײן בײַם פֿענצטער און קוקן אױף די פּאַרשיװע און פֿאַרטשוכעטע קעץ, זעץ זיך צום טיש און שרײַב שױן עפּעס…

אָט אַזאַ, אָדער זײער נאָענט צו אַזאַ דיאַלאָג קומט פֿאָר אין מײַן קאָפּ די לעצטע פּאָר יאָר, זינט כ׳האָב פֿאַרלאָזט דעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער, אָדער דער טעאַטער האָט מיך פֿאַרלאָזט — גײ װײס, נאָר די נטיה אָנטײל צו נעמען אין עפּעס אַ ספּעקטאַקל איז אַ כראָנישע קרענק, דעריבער פֿיר איך די שײנע דיאָלאָגן מיט זיך אַלײן און מיט דער אױסגעטראַכטער װעלט. און אַזױ, מײן איך, װאָלט עס שױן געװען ביז אין װײַסן טאָג אַרײַן, נאָר פּלוצעם… אָט זעט איר, דער טעאַטראַלער „פּלוצעם‟ קערט אַ מאָל איבער אױך דאָס רעאַלע לעבן און — אַדיע, מײַן פֿענצטער, אַדיע, יענעמס פּאַרשיװע קעץ, אַדיע, מײַן זיסע לײדיק־גײערײַ…

מײַן פֿרײַנד מאָטל טישטשענקאָ האָט אַ טבֿע אַ שטופּ צו טאָן דעם פֿאַרזשאַװערטן טרײַבפֿעדער פֿון מײַן נשמה און אָנדרײען מײַנע געהירן און געפֿילן, אַז זײ זאָלן פֿונקציאָנירן לטובֿת גוטע און װיכטיקע זאַכן, לטובֿת ייִדיש. פּונקט אַזױ איז דאָס געשען מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק. שטײ איך מיר אַזױ רויִק בײַם פֿענצטער און פּלוצעם צעקלינגט זיך דער טעלעפֿאָן און פֿון יענער זײַט דערהער איך מאָטלס קול: „מעכל, כ׳װעל זײַן קורץ. זאָג מיר, צי װילסטו אָנטײל נעמען אין מאַכן אַ פֿילם אױף ייִדיש? אַ פֿילם לױט פֿראַנץ קאַפֿקאַס אַ דערצײלונג ’אין אונדזער שיל‘, געװידמעט די 75 יאָר נאָך די ערשטע מאַסן־צעשיסונגען פֿון די ייִדן אין באַבי־יאַר. יאָ צי נײן?‟ — „יאָ, — האָב איך געענטפֿערט, — יאָ, אַװדאי…‟ — מאָטל טישטשענקאָ האָט אַװעקגעלײגט דאָס טרײַבל און… עס האָט זיך אָנגעהױבן די אַרבעט.

נײן, די אַרבעט האָט זיך אָנגעהױבן מיט צװײ יאָר צוריק, װען די מלוכה־קאָמיסיע בײַם קולטור־מיניסטעריום פֿון אוקראַיִנע האָט אָנגענומען אַ באַשלוס צו פֿינאַנצירן דעם „ייִדישן‟־פּראָיעקט פֿון אַ יונגן אוקראַיִנישן רעזשיסאָר איװאַן אָרלענקאָ (באַלױנט מיט דער „גאָלדענע פּאַלמע־צװײַג‟ אױפֿן פֿעסטיװאַל אין קאַן, 2011) — צו מאַכן אַ קורצן קינסטלערישן שפּילפֿילם לױט זײַן אײגענעם סצענאַר, „אין אונדזער שיל‟, באַזירט אױף אַ קורצער ניט־פֿאַרענדיקטער דערצײלונג פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.