נײַע סובסידיעס צו העלפֿן די שארית־הפּליטה

New Grants to Help Holocaust Survivors

Jewish Federation of Durham-Chapel Hill

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 08, 2016, issue of April 01, 2016.

23 ייִדישע אָרגאַניזאַציעס וועלן באַקומען 2.8 מיליאָן דאָלאַר פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג צו העלפֿן עלטערע לײַט, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, גיט איבער די דאַך־אָרגאַניזאַציע „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟.

דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס די אַמעריקאַנער רעגירונג־פֿאָנדן פֿאַר לעבן געבליבענע וועלן זײַן געווידמעט די באַדערפֿענישן פֿון אַלטע לײַט. דאָס געלט איז אַ טייל פֿון אַ 5־יאָריקער, 12 מיליאָן־דאָלאַרדיקער איניציאַטיוו מצד דער רעגירונג צו שטיצן די לעבן געבליבענע.

אין איינעם מיט די פֿאָנדן, וואָס וועלן קומען פֿון אַנדערע קוואַלן, וועלן די ייִדישע אַגענטורן באַקומען מער ווי 4.5 מיליאָן דאָלאַר. די סומע פֿון די באַזונדערע סובסידיעס איז נישט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן, אָבער יעדע פֿון זיי וועט זײַן צווישן $15,000 און $475,000.

בײַ די מער ווי 100,000 לעבן געבליבענע פֿון חורבן, וואָס וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זענען כּמעט אַ פֿערטל פֿון זיי 85 יאָר אָדער עלטער, און 25% פֿון זיי לעבן אין אָרעמקייט. צוליב זייערע איבערלעבונגען במשך פֿונעם חורבן, ווי, למשל, הונגער, פּײַניקונג און טיפֿן פּסיכישן סטרעס, זענען די שארית־הפּליטה מער גענייגט צו לײַדן פֿון אַ שלעכטן פֿיזישן און גײַסטיקן געזונט, דעפּרעסיע און עלנטקייט.

„זיי זענען אַ סך שוואַכער ווי אַנדערע עלטערע לײַט, סײַ פּסיכאָלאָגיש, סײַ פֿיזיש,‟ האָט דערקלערט טאָד מאָרגאַן, דער וויצע־פֿאָרזיצער פֿונעם „JFNA פֿאָנד פֿאַר לעבן געבליבענע פֿונעם חורבן‟. „זיי האָבן נישט די משפּחה־סטרוקטור, וואָס אַנדערע מענטשן האָבן. אַ סך האָבן פֿאַרלוירן ברידער און שוועסטער, און וווינען אַליין אין אַן איין־שלאָפֿצימערדיקער דירה, עלנט און פֿאַרלאָזט.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.