„פּיו‟: טשיקאַווע פּונקטן וועגן ייִדיש־רעדער אין ישׂראל

Pew: Notable Observations About Yiddish Speakers in Israel


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 09, 2016, issue of April 01, 2016.

דינסטיק איז פּובליקירט געוואָרן אַ „פּיו‟־שטודיע, וואָס גיט איבער דעם צוגאַנג פֿון די ישׂראלים צו רעליגיע, פּאָליטיק און זייער ייִדישער אידענטיטעט.

אין ס׳רובֿ שטודיעס פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג, צעטיילט מען די באַטייליקטע לויט זייער אָפּשטאַם (אַשכּנזיש צי ספֿרדיש; פֿרום צי סעקולער) אָבער דאָס מאָל האָט מען זיי אויך קאַטעגאָריזירט לויט דער שפּראַך, וואָס מע רעדט אין דער היים: העברעיִש, רוסיש אָדער ייִדיש.

צוליב דעם וואָס די גרויסע מאַיאָריטעט ייִדיש־רעדער אין ישׂראל זענען חרדים, שפּיגלען זייערע ענטפֿערס טאַקע אָפּ אַ פֿרומען קוקווינקל.

לייענענדיק די שטודיע, קען מען זען די ממשותדיקע אונטערשיידן אין די ענטפֿערס פֿון די ישׂראלים אין אַלגעמיין, מיט די ענטפֿערס פֿון די ייִדיש־רעדער. למשל, אויף דער פֿראַגע: „צי האַלט איר זיך גיכער ווי אַ ייִד איידער אַ ישׂראלי?‟, האָבן 46% פֿון די ישׂראלים בכלל געענטפֿערט, אַז זיי זענען ייִדן, צו ערשט, און 35% — אַז זיי זענען ישׂראלים צו ערשט.

אָבער ווען מע האָט צעטיילט די באַטייליקטע לויט דער היימשפּראַך, איז דער אונטערשייד געווען אַ סך בולטער: 96% פֿון די וואָס רעדן אין דער היים ייִדיש האָבן געזאָגט, אַז זייער ייִדישע אידענטיטעט איז זיי וויכטיקער, און בלויז 2% האָבן געזאָגט, אַז די ישׂראלדיקע אידענטיטעט איז זיי חשובֿער.

אויף דער פֿראַגע, צי זייער ייִדישע אידענטיטעט איז אין תּוך אַ רעליגיעזע; אַ קולטורעל־עטנישע, אָדער אַ געמיש פֿון ביידע, האָבן 80% פֿון די ייִדיש־רעדער געזאָגט, אַז זייער ייִדישע אידענטיטעט איז באַזירט אויף דער רעליגיע, בשעת 18% האָבן געזאָגט, אַז ס׳איז אַ געמיש פֿון ביידע. אויף דער פֿראַגע, וואָס איז דער וויכטיקסטער אַספּעקט פֿון זייער ייִדישער אידענטיטעט, האָבן 93% פֿון די ייִדיש־רעדער געענטפֿערט: „היטן די תּורה‟; 73% — „צו פֿירן אַן עטיש, מאָראַליש לעבן‟, און 27% — „צו געדענקען דעם חורבן‟.

בײַ די, וועלכע רעדן העברעיִש אין דער היים, האָבן 66% געזאָגט: „צו געדענקען דעם חורבן‟; 48% — צו פֿירן אַ מאָראַליש, עטיש לעבן‟; 36% — „צו וווינען אין ישׂראל‟, און 36% — „צו היטן די תּורה‟.

קוועטשט דאָ צו לייענען די גאַנצע „פּיו‟־שטודיע: http://www.pewforum.org/files/2016/03/Israel-Survey-Full-Report.pdf



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.