פּורים, מאַסלעניצע און נאָוורוז

Purim, Maslenitsa and Nowruz

פֿון רעכטס אויף לינקס: פּורים, מאַסלעניצע און נאָוורוז
Getty Images
פֿון רעכטס אויף לינקס: פּורים, מאַסלעניצע און נאָוורוז

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 09, 2016, issue of April 01, 2016.

אָנהייבנדיק פֿונעם 7טן און ביזן 13טן מאַרץ, הייבט מען אין מיזרח־סלאַווישע לענדער — רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד — פּראַווען דעם וואָך־לאַנגן קאַרנאַוואַל מאַסלעניצע. נאָך דער רעוואָלוציע, צוליב דער אַנטי־רעליגיעזער פּאָליטיק פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, האָט די דאָזיקע חגא פֿאַרלוירן דעם אָריגינעלן פֿאַרנעם, הגם דער מינהג צו עסן בלינצעס איז געבליבן פּאָפּולער. צווישן דעם יונגן דור, בפֿרט אין נאַציאָנאַליסטיש געשטימטע קרײַזן, ווערן הײַנט ווידער פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע אַלטע מינהגים, וואָס האָבן צו טאָן מיטן דאָזיקן קאַרנאַוואַל, צומאָל רעקאָנסטרויִרט אויף אַ מאָדערנעם, לאַוו־דווקא אויטענטישן אופֿן.

די וואָך, האָט מײַנע אַ באַקאַנטע געבעטן בײַ מיר צו דערקלערן, וואָס מאַסלעניצע איז. איר אוקראַיִנישע קאָלעגע הייבט עס איצט אָן צו פּראַווען גאַנץ ערנסט אין קאַנאַדע; כּדי נישט צו קלינגען ווי אַן עם־האָרץ, וויל מײַן באַקאַנטע וויסן דעם טעם און געשיכטע פֿונעם דאָזיקן סלאַווישן יום־טובֿ. איז עס ענלעך צו פּורים, צום קומענדיקן איראַנישן נײַ־יאָר, צי גאָר עפּעס אַנדערש?

הגם איך בין טאַקע אויפֿגעוואַקסן אין רוסלאַנד, בין איך דערצויגן געוואָרן אין אַ גרויסער שטאָט, וווּ אין דער סאָוועטישער תּקופֿה האָט מען אַסאָציִיִרט מאַסלעניצע מיטן פֿאַרצײַטישן פּויערישן דאָרפֿס־לעבן. דאָס עסן בלינצעס און אַנדערע מאכלים מיט פּוטער און קעז איז דער איינציקער מינהג, וואָס פֿאַר מיר איז געווען גוט באַקאַנט. ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז די דאָזיקע חגא קאָן טאַקע האָבן אומגעריכטע היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען מיט פּורים.

מע הייבט אָן פּראַווען מאַסלעניצע מיט 8 וואָכן פֿאַר דער פּראַוואָסלאַוונער פּאַסכע און גלײַך פֿאַרן קריסטלעכן „גרויסן תּענית‟. אין דעם אַספּעקט, איז עס ענלעך צום מערבֿ־אייראָפּעיִשע קאַרנאַוואַל־טראַדיציעס. שטאַמען שטאַמט אָבער מאַסלעניצע פֿון אוראַלטע שרשים, וואָס האָבן ווייניק צו טאָן מיט דער קריסטלעכער רעליגיע.

ביזן 15טן יאָרהונדערט, האָט מען אין רוסלאַנד געפּראַוועט דעם אָנהייב פֿונעם נײַעם יאָר אין מאַרץ. דער צאַר איוואַן דער דריטער האָט אָפּגערוקט דאָס נײַ־יאָר אויף סעפּטעמבער, אין שײַכות צו ראָש־השנה. די פּראַוואָסלאַוונע קירך אָנערקענט די ייִדישע מסורה, אַז דער באַשעפֿער האָט באַשאַפֿן די וועלט אינעם חודש תּשרי, הגם די פּינקטלעכע קריסטלעכע דאַטע שטימט נישט מיטן ייִדישן לוח. די טראַדיציע אָפּצומערקן דעם אָנהייב פֿונעם יאָר דעם 1טן יאַנואַר האָט אײַנגעפֿירט אין רוסלאַנד רעלאַטיוו שפּעט פּיאָטר דער ערשטער, ווי אַ טייל פֿון זײַן פּראָ־מערבֿדיקער פּאָליטיק.

אַזוי צי אַזוי, איז מאַסלעניצע היסטאָריש פֿאַרבונדן מיטן אַמאָליקן סלאַווישן נײַעם יאָר, וואָס האָט אַ שײַכות צום פֿרילינגדיקן אויסגלײַך צווישן טאָג און נאַכט (Equinox). דער נאָמען פֿונעם קאַרנאַוואַל שטאַמט פֿונעם וואָרט „מאַסלאָ‟ — פּוטער. ווי אַ וויכטיקן טייל פֿון דער חגא, וואָס שטאַמט פֿון אוראַלטע פּאַגאַנישע וואָרצלען, פֿאַרברענט מען און מע באַגראָבט אַ שטרויענע ליאַלקע פֿון „מאַסלעניצע‟ — אַ מיסטישע ווײַבלעכע פֿיגור, וואָס סימבאָליזירט דעם טויט און אַוועקגייענדיקן ווינטער. אויבערפֿלעכלעך דערמאָנט אינעם ייִדישן מינהג צו פֿאַרברענען פּורים ליאַלקעס פֿון המן־הרשע. לויטן רוסישן נישט־ייִדישן נוסח, פֿאַרברענט מען אָבער סימבאָליש דעם מלאך־המוות אַליין. אַן אַנדער כאַראַקטערישער מאַסלעניצע־מינהג איז דאָס שפּרינגען איבערן פֿײַער פֿון שײַטערס.

דער באַליבסטער טייל פֿונעם קאַרנאַוואַל באַשטייט אָבער אין גאַסן־טענץ, שליטן־גליטשן, כּלערליי שפּילערײַען און אַנדערע טשיקאַווע פֿאַרווײַל־אונטערנעמונגען, וואָס דערמאָנען אין אַ סך אַספּעקטן דעם קומענדיקן ייִדישן יום־טובֿ. דער ענין פֿון „עד דלא ידע‟ שפּילט אויך אַ גרויסע ראָלע אין דער רוסישער חגא, און איז בפֿירוש אַסאָציִיִרט מיטן „ונהפֿוך הוא‟ — איבערצוקערן דאָס געוויינטלעכע טאָג־טעגלעכע לעבן אויף קאַפּויער.

אַ צאָל אויסלענדער, וואָס האָבן באַזוכט רוסלאַנד אין דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה, האָבן באַמערקט אַ צאָל ענלעכקייטן צווישן דער רוסישער מאַסלעניצע און די מערבֿדיקע קאַרנאַוואַלן. איין איטאַליענער, וועלכער האָט געזען, ווי מע האָט געפּראַוועט מאַסלעניצע אין דער תּקופֿה פֿונעם צאַר איוואַן „דעם גרויזאַמען‟, האָט באַמערקט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט איטאַליע, וווּ די פּאָליציי לאָזט דעם עולם זיך צו הוליען צופֿיל אויף די קאַרנאַוואַלן, שיכּורן זיך די מאָסקווער קיניגלעכע וועכטער צוזאַמען מיט דער גאַנצער שטאָט, וווּ עס הערשט במשך פֿון אַ וואָך אַ ווילדער הפֿקר.

אין אַ טייל רוסישע שטעט און דערפֿער איז געווען אָנגענומען דער ווילדער מינהג צו פּראַווען קאַטאָוועס אויף די גאַסן, זײַענדיק אָנגעשיכּורט ממש ווי דער תּנ״כישער לוט. נישט זעלטן האָט עס גורם געווען צו בפֿירוש ווילדע מעשׂים בנוסח פֿונעם דאָזיקן פּערסאָנאַזש, דערפֿאַר האָט די קירך במשך פֿון דורות געפּרוּווט אָפּצושטעלן געוויסע עלעמענטן פֿונעם קאַרנאַוואַל — אָן קיין גרויסן דערפֿאָלג.

אַזוי צי אַזוי, באַמערקן די היסטאָריקער אַ ריי ענלעכקייטן און פֿאַרבינדונגען צווישן מאַסלעניצע און דעם איראַנישן נײַ־יאָר, נאָוורוז, וועלכן מע הייבט אָן פּראַווען הײַיאָר דעם 20סטן מאַרץ. מע פּראַוועט עס גענוי, ווען דער טאָג און די נאַכט ווערן גלײַך, און מע איז ממשיך די פֿײַערונגען במשך פֿון 4 אָדער 5 טעג. הײַנט איז עס אַן ערנסטער, חנעוודיקער און ניכטערער איסלאַמישער יום־טובֿ, הגם ס׳רובֿ אַראַבישע לענדער פּראַווען עס דווקא נישט, ווײַל מע באַטראַכט עס ווי אַ פּאַראַניש איבערבלײַבעכץ. אַזוי ווי די פּראַוואָסלאַוונע מאַסלעניצע, שטעלט מיט זיך נאָוורוז פֿאָר טאַקע אַ היסטאָרישן סינטעז פֿון איסלאַם און 3000־יאָריקע פּערסישע טראַדיציעס. אַ סך איראַנישע ייִדן פּראַווען עס אויך ווי אַ וויכטיקע היימישע שׂימחה.

אין דעם פֿאַל האָט זיך די מוסולמענער יאָ אײַנגעגעבן פּטור צו ווערן פֿון די ווילדסטע עלעמענטן פֿונעם אָריגענעלן נאָוורוז. אינעם 12טן יאָרהונדערט, האָט דער גרויסער פּערסישער פּאָעט אָמאַר כאַיאַם געשילדערט נאָוורוז ווי דעם טאָג, ווען מע פּראַוועט מיט ווײַן. פֿאַר דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער ניכטערער איסלאַמישער רעליגיע, פֿלעגט מען אין פּערסיע פּראַווען אין דעם דאָזיקן טאָג ריזיקע און ווילדע באַנקעטן, וואָס האָבן גיכער אויסגעזען ווי אַחשוורושס סעודה, וווּ וושתּי האָט אָפּגעזאָגט זיך צו יאַווען נאַקעטערהייט.

דאָס אָנצינדן שײַטערס דעם לעצטנס מיטוואָך פֿאַרן נאָוורוז איז אַן אַנדער וויכטיקער איראַנישער מינהג, וואָס דערמאָנט בפֿירוש אין דער הײַנטיקער רוסישער חגא. די דאָזיקע טראַדיציע בלײַבט זייער פּאָפּולער צווישן די אַמעריקאַנער איראַנער. צוליב דעם סכּנותדיק־טרוקענעם קלימאַט, פֿאַרזאַמלט זיך דער איראַנישער עולם פֿון לאָס־אַנדזשעלעס אויף דער פּלאַזשע, ווײַל אין דער שטאָט קאָנען די נאָוורוז־שײַטערס גרינג אַרויסרופֿן אַ שׂרפֿה. אַזוי ווי אין רוסלאַנד, שפּרינגט דער עולם איבערן פֿײַער.

אַן אַנדער נאָוורוז־טראַדיציע, וואָס דערמאָנט סײַ די פּורימדיקע משלוח־מנות, סײַ די רוסישע חגא, איז דאָס באַזוכן די פֿרײַנד, כּדי זיי מכבד צו זײַן מיט זיסע מאכלים און אויסצוטוישן זיך מיט מתּנות. קאָליריקע מלבושים און קאָסטיומען, זינגערײַ, טענץ און טשיקאַווע שפּאַסיקע שפּילערײַען זענען אויך אַ וויכטיקער טייל פֿונעם פּערסישן נײַ־יאָר.

אַ ריי היסטאָריקער גלייבן טאַקע, אַז פּורים איז היסטאָריש פֿאַרבונדן מיטן פּערסישן נײַעם יאָר. הגם אַזאַ געדאַנק האָבן אויסגעדריקט לעאָפּאָלד צונץ און אַנדערע אַפּיקורסישע משׂכּילים, קומט עס נישט אין קיין סתּירה מיטן טראַדיציאָנעלן ייִדישן געדאַנקען־גאַנג. אין אַ ריי באַקאַנטע ספֿרים ווערט חנוכּה גײַסטיק אַסאָציִיִרט מיטן סוף פֿונעם ווינטער. אויב אַזוי, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אַ יום־טובֿ, וואָס קומט בערך מיט 3 חדשים נאָך דער חנוכּה, איז רוחניותדיק און אַסטראָנאָמיש פֿאַרבונדן מיט פֿרילינג. מיט צוויי וואָכן שפּעטער קומט דאָך ראָש־חודש ניסן, וואָס ווערט באַטראַכט אין דער ייִדישער טראַדיציע ווי אַ מין נײַ־יאָר, „ראָש־השנה למלכים‟ און דער אָנהייב פֿונעם ערשטן פֿרילינג־חודש.

מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, אַז המן־הרשע האָט געטראַכט, אַז אַ געוויסע באַקאַנטע פּערסישע דאַטע, וואָס שטימט מיטן תּענית־אסתּר, איז מסוגל פֿאַר זײַן פּלאַן. כּדי צו פֿאַרגעדענקען אויף אייביק די הצלה פֿון די רשעים, האָבן ייִדן געקאָנט בכּיוון אָפּהיטן און אָפּטײַטשן אויף אַ ייִדישלעכן אופֿן די אַלטע טראַדיציעס פֿון אַחשוורושס לאַנד.

אַזוי צי אַזוי, קאָן מען זאָגן, אַז אינעם „ספּעקטער‟ פֿון אוראַלטע פֿרילינג־שׂימחות, וואָס מע פּראַוועט הײַנט אַרום דער וועלט און וואָס זענען, מעגלעך, פֿאַרבונדן דורך די זעלבע אוראַלטע וואָרצלען, פֿאַרנעמט פּורים אַ מין צווישן־אָרט צווישן דעם הײַנטיקן ניכטערן איראַנישן נײַ־יאָר און דער רוסישער מאַסלעניצע, וואָס איז גובֿר די גרענעצן פֿון דער פּורימדיקער „עד־דלא־ידע‟.