אוקראַיִנער ייִדן אַנטלויפֿן קיין ישׂראל צוליב אַנטיסעמיטיזם

Ukrainian Jews Flee to Israel Amid Anti-Semitism

unitedwithisrael.org

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 09, 2016, issue of April 01, 2016.

מער ווי 100 אוקראַיִנער ייִדן האָבן די וואָך עולה געווען קיין ישׂראל, און אַ סך פֿון זיי האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן פֿאַרלאָזט זייער היימלאַנד צוליב בלוט־פֿאַרגיסונג און אַנטיסעמיטישע אַטאַקן, האָט דינסטיק איבערגעגעבן Ynet.

זייער אימיגראַציע קיין ישׂראל איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער ברודערשאַפֿט פֿון קריסטן און ייִדן‟ (IFCJ) — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿירט שוין יאָרן לאַנג אָן מיט אַ פּראָיעקט צו ברענגען קיין ישׂראל די ייִדן, וואָס זייערע לענדער געפֿינען זיך אין אַ מלחמה־צושטאַנד.

צוויי שוועסטער, מאַרינאַ און אַלעקסאַנדראַ פּראָקאָפּאָוויטש, 17 און 15 יאָר אַלט, זענען צווישן די נײַע אימיגראַנטן, וואָס זענען ערשט אָנגעקומען. ביז איצט האָבן זיי געוווינט אין ראַקיטנע, אַ שטעטל לעבן קיִעוו. איין מאָל, אין דער מיטלשול, האָט מען זיי ביידן שטאַרק אָנגעשלאָגן. לכתּחילה האָט דער אַטאַק אויסגעזען מאָטיווירט פֿון נאַציאָנאַליזם, אָבער ער איז אין גיכן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אויסדרוק פֿון אַנטיסעמיטיזם. אַפֿילו די לערער האָבן זיי געשלאָגן.

טלי אַראָנסקי, די קאָמוניקאַציע־דירעקטאָרין פֿון IFCJ, האָט דערציילט, אַז די אַטאַקירער האָבן גערופֿן די מיידלעך „סעפּאַראַטיסטן‟ און „זשידעס‟ ווײַל זיי האָבן גערעדט צווישן זיך רוסיש אַנשטאָט אוקראַיִניש.

„איין מיידל האָט געליטן פֿון אַן אויפֿטרייסלונג און מע האָט דעם וווּנד געדאַרפֿט צונויפֿציִען מיט פֿעדעם,‟ האָט אַראָנסקי געזאָגט. „דער טאַטע האָט מיר געזאָגט, אַז דאָס זעלבע האָט אים געטראָפֿן ווען ער איז געווען ייִנגער, אָבער איצט, אַז ס׳איז געשען צו זײַנע טעכטער, האָט ער באַשלאָסן, ס׳איז געקומען די צײַט צו עמיגרירן.‟

זייער טאַטע, דמיטראָ פּראָקאָפּאָוויטש, האָט געזאָגט, אַז ווי אַ בחור האָט ער דרײַ מאָל געדאַרפֿט זיך איבערציִען אין אַ נײַער שול, צוליב זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. „כ׳האָב לעצטנס אויסגעפֿונען, אַז מײַן משפּחהס אמתער נאָמען איז עווענבאַך,‟ האָט ער געזאָגט. „בעת די סאָוועטישע צײַטן וואָלט מען מײַן טאַטן נישט אַרײַנגענומען אין אוניווערסיטעט מיט אַזאַ נאָמען, האָט ער אים געביטן.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.