ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published March 09, 2016, issue of April 01, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ סעמינאַר וועגן סובאָטניקעס

דאָס רובֿ ידיעות קומען די וואָך פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט. דער צענטער פֿון ייִדישע און תּנ״כישע לימודים בײַם רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער „ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַריע‟, האָט דורכגעפֿירט אַ פֿאָרשערישן סעמינאַר, געווידמעט די סובאָטניקעס — אַ גרופּע רוסישע פּויערים, וואָס האָבן אָנגענומען יהדות און רעכנט זיך פֿאַר ייִדן.

דער סעמינאַר האָט אײַנגעשלאָסן 2 רעפֿעראַטן. די דאָצענטין פֿון דעם וולאַדימירער מלוכישן אוניווערסיטעט, טאַטיאַנאַ כיזשאַיאַ, האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון סובאָטניקעס אין רוסלאַנד אין דער תּקופֿה פֿון אַלעקסאַנדער דעם ערשטן און ניקאָלאַס דעם ערשטן. זי האָט זיך באַזונדערס קאָנצענטרירט אויף פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון סובאָטניצעס און פֿאָרגעשטעלט אַ ריי אַרכיוו־מאַטעריאַלן פֿון דער ערשטער העלפֿט 19טן י״ה.

כיזשאַיאַ האָט באַשריבן די ראָלע פֿון די פֿרויען אין איבערגאַנג פֿון דער משפּחה אין יהדות; ניט זעלטן איז דאָס געווען דווקא די ווײַבלעכע איניציאַטיוו, און אין קהילה־לעבן פֿון די סובאָטניקעס. די דאָצענטין פֿונעם רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט, ליודמילאַ זשוקאָוואַ, האָט גערעדט וועגן דער געשיכטע פֿון דער סובאָטניק־באַוועגונג און אירע שטראָמען אין רוסלאַנד.

„ספֿר‟: לעקציעס וועגן באַשעוויסן

דער צענטער פֿון פֿאַרשפּרייטן פֿון לערנען ייִדישע לימודים „ספֿר‟ האָט דערקלערט אַ נײַעם טייל פֿון זײַן פּראָגראַם וועב־סעמינאַרן. דער נײַער קורס וועט זײַן געווידמעט דעם שאַפֿן פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער אויף צוויי שפּראַכן: אויף ייִדיש און אויף ענגליש. לערנען אים וועט די לינגוויסטין, איבערזעצערין און ייִדיש־קענערין פֿון סאַנקט־פּעטערבורג וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ. אין די ראַמען פֿונעם קורס וועט זי באַטראַכטן זינגערס ווערק אינעם קאָנטעקסט פֿון ייִדישער און אַמעריקאַנער ליטעראַטור, פֿאַרגלײַכן זינגערס שרײַבערישע סטראַטעגיעס אויף די צוויי שפּראַכן און דערציילן וועגן פּראָבלעמען פֿון איבערזעצן זינגערן אויף רוסיש. די לעקציעס וועלן זיך אָנהייבן אין מערץ און געדויערן 2 חדשים.