ייִדיש און ייִדיש־שפּאַניש

Yiddish and Judeo-Spanish

ראָזע זאַראַגאָזאַ (רעכטס) און בענטע קאַהאַן
ראָזע זאַראַגאָזאַ (רעכטס) און בענטע קאַהאַן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 11, 2016, issue of April 01, 2016.

דעם 8טן און 9טן מײַ וועט אין ברעסלע, פּוילן, פֿאָרקומען אַ קאָנפֿערענץ וועגן די קאָנטראַסטן, חילוקים און קאָנטאַקטן צווישן ייִדיש און ייִדיש־שפּאַניש, ווי די אָרגאַניזאַטאָרן רופֿן אָן לאַדינאָ אָדער דזשודעזמאָ, די טראַדיציאָנעלע שפּראַך פֿון די ספֿרדישע ייִדן.

אויף דער קאָנפֿערענץ וועט מען באַהאַנדלען דעם מאַסשטאַב פֿון איצטיקע אַקאַדעמישע שטודיעס אַרום ביידע לשונות, זייער הײַנטיקן מצבֿ אין דער וועלט, און זייער ראָלע אין דער ייִדישער קולטור. די פֿאָרשער פֿון צוויי ייִדישע שפּראַכן וועלן באַקומען אַ געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן פּנים־אל־פּנים און זיך אויסצוטוישן מיט זייערע פּערספּעקטיוון און דערפֿאַרונגען.

הגם די ייִדישע קולטור אין מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע ווערט, געוויינטלעך, אַסאָציִיִרט מיט ייִדיש, האָבן גרויסע לאַדינאָ־רעדנדיקע ספֿרדישע קהילות געבליט פֿאַרן חורבן אויפֿן שטח פֿון דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע און אין בולגאַריע. להיפּוך צו די גריכישע, טערקישע, צפֿון־אַפֿריקאַנער און מיטל־מיזרחדיקע פֿאָרעמס פֿון דער שפּראַך, פֿילט זיך אין די בולגאַרישע און יוגאָסלאַווישע לאַדינאָ־דיאַלעקטן אַ ממשותדיקע סלאַווישע השפּעה. אין אַ טייל ערטער — למשל, בײַ דער גרענעץ צווישן אונגערן און קראָאַטיע — האָבן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן כּסדר קאָנטאַקטירט מיט די לאַדינאָ־רעדער. אַ גאַנצע ריי ביכער פֿון די ייִדישע קלאַסיקער זענען איבערגעזעצט געוואָרן אויף דער ספֿרדישער ייִדיש־שפּאַנישער שפּראַך.

אויף דער קומענדיקער קאָנפֿערענץ פּלאַנירט מען צו באַטראַכטן די פּאַראַלעלן אין דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון ביידע שפּראַכן, ווי אויך וויכטיקער חילוקים. לאַדינאָ איז אַ סך ייִנגער, אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש, און שיידט זיך נישט אַזוי שטאַרק אונטער פֿונעם אַלגעמיינעם שפּאַניש. הגם ייִדיש איז היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט דײַטש, האָט עס זיך מיט הונדערטער יאָר צוריק פֿאַרוואַנדלט אין אַ באַזונדערער אייגנאַרטיקער שפּראַך, וואָס שיידט זיך אין אַלע אַספּעקטן אונטער פֿון וועלכן־ניט־איז דײַטשישן דיאַלעקט.

להיפּוך, איז באַרעכטיקט צו באַטראַכטן לאַדינאָ ווי אַ שפּאַנישן דיאַלעקט מיט אַ ייִדישן טעם, וווּ עס זענען אָפּגעהיט געוואָרן געוויסע עלעמענטן פֿון דער תּקופֿה, ווען סערוואַנטעס האָט געשריבן זײַן באַרימטן ראָמאַן וועגן דאָן קיכאָט. אין דער זעלבער צײַט, טרעפֿן זיך אין לאַדינאָ נישט ווייניק ספּעציפֿיש ייִדישע עלעמענטן, וואָס דערמאָנען אינעם סעמיטישן שיכט פֿון ייִדיש.

די ליטעראַרישע, פֿאָלקלאָרישע און מוזיקאַלישע טראַדיציע פֿון ביידע ייִדישע עדות וועלן אויך זײַן וויכטיקע טעמעס פֿון דער קאָנפֿערענץ. אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש, וואָס בלײַבט די טאָג־טעגלעכע בליִענדיקע שפּראַך בײַ הונדערטער טויזנטער פֿרומע ייִדן אין די קאָמפּאַקטע חסידישע קוואַרטאַלן איבער דער וועלט, זענען הײַנט, צום באַדויערן, נישטאָ קיין לאַדינאָ־רעדנדיקע קהילות פֿון אַזאַ פֿאַרנעם. הגם די שפּראַך געפֿינט זיך אין סכּנה, שטרעבן די אַקטיוויסטן אַרום דער וועלט זי אָפּצוהיטן און אויפֿצולעבן.

דעם 5טן מײַ, פֿאַרן עיקר־טייל פֿון דער קאָנפֿערענץ, וועלן אויפֿטרעטן צוויי קינדער־כאָרן פֿון ברעסלע און סיגעט, רומעניע, בראָש מיט דער באַקאַנטער נאָרוועגיש־ייִדישער זינגערין בענטע קאַהאַן. דעם 8טן מײַ וועט קאַהאַן דורכפֿירן אַ קאָנצערט פֿון לידער אויף ביידע ייִדישע לשונות, צוזאַמען מיט דער ספֿרדישער זינגערין ראָזע זאַראַגאָזאַ און רוסאָ סאַלאַ פֿון זשיראָנע, שפּאַניע. אינעם לעצטן טאָג, דעם 9טן מײַ, וועלן דער כּלי־זמרישער סאַקסאָפֿאָניסט און קאָמפּאָזיטאָר גרעג וואָל, קאַהאַן און זאַראַגאָזאַ מיט איר אַסיסטענטקע סאַלאַ דורכפֿירן מאַסטער־קלאַסן פֿאַר די מוזיקער, וואָס פּלאַנירן זיך באַטייליקן אין דער צוויי־שפּראַכיקער אונטערנעמונג.