טוויסס מיט אַ ייִדישן טעם

Yiddish Twist

דער „ייִדישער טוויסט־אָרקעסטער‟
Facebook
דער „ייִדישער טוויסט־אָרקעסטער‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 11, 2016, issue of April 01, 2016.

אינעם יאָר 2015 האָט דער לאָנדאָנער מוזיקאַלישער אַנסאַמבל „ייִדישער טוויסט־אָרקעסטער‟ אַרויסגעלאָזט דעם ערשטן מוזיקאַלישן אַלבאָם. דעם 3טן מײַ, וועט די גרופּע אויפֿטרעטן אין ברעסט, אַ שטאָט אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿון פֿראַנקרײַך.

דער אַנסאַמבל שטרעבט אויפֿצולעבן די פֿאַרגעסענע לאָנדאָנער מוזיק פֿון די 1950ער יאָרן, ווען געוויסע מוזיקאַנטן האָבן געשאַפֿן אַן אָרגאַנישן סינטעז פֿון די ייִדישע כּלי־זמרישע מעלאָדיעס, לאַטײַן־אַמעריקאַנער סטילן, דעם פֿריִיִקן ראָק׳נ׳ראָל און טוויסט. דער „אָרקעסטער‟ גלייבט, אַז איידער דער טוויסט־טאַנץ איז פּאָפּולער געוואָרן אין אַמעריקע, איז עס שוין געווען באַקאַנט בײַ די בריטישע ייִדן ווי „דער שוויץ‟.

נאָכן פֿאַראַיאָריקן דעביוט־קאָמפּאַקטל, האָט דער אַנסאַמבל געוואָרן פּאָפּולער. נאָך אַ ריי קאָנצערטן אין בריטאַניע, קלײַבן זיך די מוזיקער אויפֿצוטרעטן דעם קומענדיקן אויגוסט אין בודאַפּעשט. די גרופּע באַשטייט פֿון אַ גאַנצער ריי באַקאַנטע מוזיקאַנטן. למשל, דער גיטאַריסט בען מאַנדעלסאָן איז באַוווּסט מיט זײַן פּראָדוקציע פֿון פֿאַרשיידנאַרטיקער וועלט־מוזיק, און דער זינגער נעטי באָו (נתן לערנער) איז איינער פֿון די גרינדער פֿונעם לאָנדאָנער אַנסאַמבל „סקאַ קובאַנאָ‟, וואָס קאָמבינירט די קובאַנער טראַדיציאָנעלע מוזיק מיטן דזשאַמייקער „סקאַ‟.

אינעם יאָר 2011, האָט דער „ייִדישער טוויסט־אָרקעסטער‟ זיך באַוויזן אויף דער לאָנדאָנער מוזיקאַלישער סצענע. די קריטיקער האָבן דעמאָלט באַמערקט און אָפּגעשאַצט דעם חידושדיקן אויסמיש פֿון אַ גאַנצער ריי סטילן. ווילי בערגמאַן, דער „משוגענער‟ אָנפֿירער פֿון דער גרופּע, האָט געזאַמלט די דאָזיקע סטילן אינעם לאָנדאָנער „איסט ענד‟, וווּ עס האָבן אַמאָל געוווינט אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע. אין די 1870ער און 1880 יאָרן האָבן אינעם דאָזיקן ראַיאָן שוין פֿונקציאָנירן מער ווי 150 שילן.

אין זייער עקספּערימענטאַלער מוזיק, ווערן די לידער אויף ייִדיש קאָמבינירט מיט די קובאַנער „קאַליפּסאָ‟. ווען זיי זינגען באַקאַנטע ייִדישע לידער אין ענגלישע איבערזעצונגען אָדער אויסמישנדיק ביידע שפּראַכן, קלינגט עס פֿאָרט אינטערעסאַנט און ייִדישלעך.

דער ערשטער אַלבאָם פֿון דער גרופּע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן עקלעקטישע קאָמבינאַציע פֿון קלאַסישע ייִדישן לידער, דעם „אינטערנאַציאָנאַל‟ און אַזעלכע אָריגענעלע ווערק, ווי „משוגענע מאַמבאָ‟, אַלץ באַאַרבעט לויטן אייגנאַרטיקן נוסח פֿונעם אויסמישן די כּלי־זמרישע און קובאַנער עלעמענטן. די וואָרצלען פֿונעם „טוויסט‟ זענען אומקלאָר, אָבער די פֿאַרבינדונגען מיט דער ייִדישער מוזיק פֿונעם אַמאָליקן לאָנדאָן זענען, ווי עס זעט אויס, אַ שטיקל גוזמא.

די צפֿון־פֿראַנצויזישע שטאָט ברעסט, וווּ די גרופּע קלײַבט זיך אויפֿצוטרעטן מיט אָנדערהאַלבן חדשים אַרום, איז אַ פּאָפּולערער צענטער פֿון פֿאַרשיידענע עטנישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן. ווי דער צענטער פֿון מערבֿ־ברעטאָניע, איז עס היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט ברעטאָניש — די אָרטיקע אוראַלטע קעלטישע שפּראַך, וואָס געפֿינט זיך איצט אין סכּנה. בלויז פֿאַר בערך 200 טויזנט מענטשן אַרום דער וועלט בלײַבט עס דאָס נאַטירלעכע מאַמע־לשון, הגם אַ סך אַקטיוויסטן שטרעבן עס אָפּצוהיטן און אויפֿצולעבן.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.