ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published March 14, 2016, issue of April 01, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דונעראַ געלט — פֿאַרקױפֿט

זעלטענע באַנקנאָטן און מטבעות, װעלכע די דונעראַ יאַטן — ייִדישע פּליטים פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און עסטרײַך, פֿאַרשיקט פֿון דער בריטישער רעגירונג קײן אױסטראַליע בײַם אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה — האָבן גענוצט אינעם לאַגער, װוּ זײ זײַנען פֿאַרהאַלטן געװאָרן אין אַן אױסטראַלישן דאָרף, זײַנען פֿאַרקױפֿט געװאָרן פֿאַר דרײַ הונדערט דרײַסיק טױזנט אױסטראַלישע דאָלאַרן אין מעלבורן. אַן ערך 5,000 ספּעציעלע באַנקנאָטן זײַנען געדרוקט געװאָרן פֿאַר זײער באַנוץ פֿאַר מאַרץ 1941 אונטערן אױפֿזיכט פֿונעם געפֿאַנגענעם מינצלער געאָרג טעלטשער, װאָס האָט געאַרבעט פֿאַר דער עסטרײַכישער רעגירונג אײדער די נאַציס זײַנען געקומען צו דער מאַכט. מע שאַצט, אַז 174 פֿון די מטבעות און באַנקנאָטן עקזיסטירן נאָך.

אַ 60־קילאָמעטערדיקער גאַנג לטובֿת דעם חורבן־צענטער

איִען שאַרפּ האָט באַשלאָסן צו זײַנע 64 יאָר צו גײן אַ 60 קילאָמעטער אין אָנדענק פֿון זײַן פֿאַרשטאָרבענער פֿרױ אינעם טאָג, װען זײ װאָלטן געפֿײַערט איר 60סטן געבורטסטאָג. ער האָט געזאַמלט העכער 60,000 דאָלאַר. דאָס געלט האָט שאַרפּ אַװעקגעשענקט דעם מעלבורנער ייִדישן חורבן־פֿאָרש־צענטער און מוזעום און אַנדערע װױלטעטיקע אָרגאַניזאַציעס. ער איז געגאַנגען אַרום און אַרום אַ לאָקאַלן פּאַרק 27 מאָל פֿון 6 פֿאַר טאָג ביז 7:30 אין אָװנט, כּמעט אָן איבעררײַס. שאַרפּס זון, יהושע, זאַמלט געלט לטובֿת לאָקאַלע װױלטעטיקע אָרגאַניזאַציעס גאַנצע צען יאָר.

„דזשױנט“ אױסטראַליע

דער אױסטראַלישער צװײַג פֿון דער באַרימטער ייִדישער װױלטעטיקער אָרגאַניזאַציע „דזשױנט” האָט איצט אַ פֿולן דירעקטאָרן־ראַט פֿון 12 מיטגלידער, אַ דאַנק דעם, װאָס נאָך דרײַ דירעקטאָרן זײַנען באַשטימט געװאָרן. דער „דזשױנט” העלפֿט אַרױס ייִדן און נישט־ייִדן אין מער װי 70 לענדער, צװישן זײ — עלטערע לײַט, קינדער און משפּחות. דער אױסטראַלישער צװײַג איז אַ מער־װײניק נײַע אָפּטײלונג פֿון דער אָרגאַניזאַציע, װאָס איז געגרינדעט געװאָרן במשך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה.