דער אָנהייב פֿון סאָוועטיש־ייִדישער עמיגראַציע אין די 1950ער יאָרן

The Beginning of Soviet Jewish Emigration in the 1950s

פּוילישע ייִדן קומען אָן אין ישׂראל, 1950ער יאָרן
www.jewishagency.org
פּוילישע ייִדן קומען אָן אין ישׂראל, 1950ער יאָרן

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 15, 2016, issue of April 01, 2016.

מיט דער צײַט בלײַבן אַלץ ווייניקער לעבעדיקע סימנים פֿון די אַלטע ייִדישע עדות. קיין סך איז, ליידער, ניט פֿאַרבליבן פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע פּוילישע און ליטווישע ייִדן — פֿון די וואָס זײַנען טאַקע געבוירן געוואָרן אין פּוילן צי ליטע (איך מיין ליטע אויף דער היסטאָרישער ייִדישער מאַפּע) פֿאַרן חורבן צי אַפֿילו נאָכן חורבן. אָבער די געשיכטע פֿון פּוילישע און ליטווישע ייִדן וועט תּמיד בלײַבן אין צענטער פֿון ייִדישע היסטאָרישע פֿאָרשונגען. אָן זיי וואָלטן דאָך די רעדער פֿון דער ייִדישער געשיכטע זיך געדרייט אין גאַנצן אַנדערש.

צווישן טויזנטער אַנדערע זאַכן, האָבן די פּוילישע און ליטווישע ייִדן געשפּילט די הויפּט־ראָלע אינעם פֿאַרלייגן דעם יסוד פֿאַר דער סאָוועטישער ייִדישער עמיגראַציע; דער עמיגראַציע, וואָס פֿאַרנעמט הײַנט אַזאַ ממשותדיק אָרט אין אַ היפּש ביסל לענדער. אין ישׂראל הערט מען רוסיש כּמעט אומעטום און מע פֿילט אויך כּמעט אומעטום די השפּעה פֿון אָט דעם עולם. אין דײַטשלאַנד שטאַמען הײַנט ס’רובֿ ייִדן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. און אין אַמעריקע איז יעדער צענטער ייִד פֿון יענע מקומות. גאָר ניט אַלעמען געפֿעלט עס (ייִדן האָבן ליב פֿײַנט צו האָבן די ייִדן פֿון אַן אַנדער זגאַל), אָבער אַזוי זעט דער מצבֿ אויס.

אַ פֿעסטער יסוד פֿאַר דער סאָוועטישער עמיגראַציע איז פֿאַרלייגט געוואָרן מיט זעכציק יאָר צוריק. דעמאָלט האָט די סאָוועטישע רעגירונג דערלויבט די געוועזענע פּוילישע ייִדן זיך רעפּאַטריִיִרן קיין פּוילן. דאָס איז שוין געווען די צווייטע רעפּאַטריאַציע. די ערשטע איז דורכגעגאַנגען גלײַך נאָך — און טיילווײַז אַפֿילו בשעת — דער צווייטער וועלט־מלחמה. דעמאָלט האָבן די פּוילישע ייִדן, וואָס האָבן געהאַט זיך געראַטעוועט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, גאָר אויף אַ קורצער ווײַלע אויפֿגעבויט אין די חורבֿות פֿון פּוילן אַ גאַנץ היפּשן ייִשובֿ, און זייער גיך זיך ווידער געלאָזט אין וועג אַרײַן — קיין ישׂראל און אַנדערע לענדער. פּוילן האָט זיך ניט געשניטן אויף קיין אָרט, וווּ די ייִדן וואָלטן געקענט האָבן אַ רויִק לעבן.

די רעפּאַטריאַציע פֿון די 1950ער יאָרן — זי האָט געדויערט ביז 1959 — האָט געהאַט, אין אַ גרויסער מאָס, אַן אַנדער פּנים. זי איז געווען אַ סך מער אַ סאָוועטישע. ס’רובֿ משפּחות האָבן קיין פּויליש ניט גערעדט, אָדער קוים גערעדט. די הויפּט־שפּראַך איז געווען רוסיש, כאָטש ייִדיש איז אויך געווען פֿאַרהעלטנישמעסיק ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן די אָנגעקומענע ייִדן. דער ייִנגערער דור איז, בכלל, געווען אַ סאָוועטיש־געבוירענער צי לכל־הפּחות סאָוועטיש־אויפֿגעצויגענער. ניט ווייניק משפּחות זײַנען געווען געמישטע — מיט אַ ניט־ייִדישן מאַן צי אַ ניט־ייִדישער פֿרוי. זיי, די געמישטע משפּחות, וועלן שטעלן ערנסטע פֿראַגעס און פֿאָדערן ענטפֿערס אין ישׂראל.

מע שאַצט אָפּ, אַז ניט ווייניקער פֿון 15 פּראָצענט ייִדן, וואָס זײַנען אין די 1950ער יאָרן געקומען פֿון דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין פּוילן, האָבן אין גאַנצן קיין שײַכות צו פּוילן ניט געהאַט. מע האָט געזוכט אַ פּוילישן — ייִדישן צי קריסטלעכן — זיווג, געצאָלט פֿאַר דעם גוטע געלטער, אַבי זיך אַרויסצורײַסן אויף מערבֿ. אייניקע האָבן אויסגעפֿאַרטיקט פֿאַלשע פּאַפּירן, וועלכע האָבן געוויזן שוואַרץ אויף ווײַס, אַז דער מענטש איז כּלומרשט אַן עכטער געוועזענער פּוילישער בירגער.

די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז צווישן די רעפּאַטריִיִרטע האָבן דאָמינירט די ליטווישע ייִדן, באַזונדערס, פֿון ווילנע און די געגנטן אַרום ווילנע, וואָס האָבן ביזן יאָר 1939 געהערט צו פּוילן. פֿאַר וואָס האָט זיך עס באַקומען? ערשטנס, זײַנען אַ סך פֿון זיי געווען „ייִדישע ייִדן‟ און ניט געוואָלט בלײַבן אין אַ לאַנד, וווּ ס’איז שווער געווען צו האָבן אַ צוטריט צו דער ייִדישער קולטור. צווייטנס, איז פֿון ליטע, און די באַלטישע געגנטן בכלל, געווען גרינגער צו עמיגרירן, ווײַל די סאָוועטישע אַדמיניסטראַציע איז געווען צופֿרידן פּטור צו ווערן פֿון אַזעלכע „פֿרעמדע עלעמענטן‟, פֿון וועלכע אַנדערע ייִדן האָבן געקענט זיך אָנשטעקן מיט כּלערליי געפֿערלעכע געדאַנקען.

אין דער ערשטער צײַט פֿון דער רעפּאַטריאַציע האָט מען די ייִדן דערלויבט צו בלײַבן סאָוועטישע בירגער, און טאַקע מיט סאָוועטישע פּעסער פֿלעגן זיי דערנאָך קומען קיין ישׂראל. אַהין זײַנען זיי אין לעצטן סך־הכּל, געקומען כּמעט אַלע פֿון די איבער 18 טויזנט רעפּאַטריִיִרטע. דאָס האָט געשאַפֿן אַ שטיקל סקאַנדאַל, ווײַל די פּרעסע, בפֿרט די אַראַבישע, האָט גענומען שרײַען וועגן אַ מאַסן־עמיגראַציע פֿון סאָוועטישע ייִדן. דערפֿאַר האָט מען פֿון מאָסקווע אַ קוועטש געטאָן אויף וואַרשע, און יענע האָבן גענומען פֿאָדערן, אַז די ייִדן, וואָס ווילן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל, זאָלן פֿריִער זיך נאַטוראַליזירן און באַקומען פּוילישע פּעסער.

אַזוי צי אַזוי, האָבן די טויזנטער סאָוועטישע ייִדן, געקומען קיין ישׂראל דורך פּוילן, געעפֿנט אַ שפּאַרונע אין דעם טויער, דורך וועלכע עס האָבן זיך שפּעטער אַ לאָז געטאָן הונדערטער טויזנטער.