קידוש־השם: אַ חסיד ראַטעוועט אַ גײַסטיק־קראַנקע פֿרוי

Hasidic Hero Saves Suicidal Woman

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 15, 2016, issue of April 01, 2016.

שלמה כּהן, נאָך דעם וואָס ער האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פֿון דער אומבאַקאַנטער פֿרוי
@askbooboo
שלמה כּהן, נאָך דעם וואָס ער האָט געראַטעוועט דאָס לעבן פֿון דער אומבאַקאַנטער פֿרוי

אַז מע פֿאַרשפּרייט אַ בילד פֿון אַן אומבאַקאַנטן מענטש, כּדי אים צו אידענטיפֿיצירן, איז מען געוויינטלעך חשד, אַז ער האָט עפּעס אָפּגעטאָן שלעכטס. פּונקט פֿאַרקערט איז אָבער לעצטנס פֿאָרגעקומען: מע האָט געדאַרפֿט אידענטיפֿיצירן אַ מענטש, צוליב דעם, וואָס ער האָט געראַטעוועט אַ צווייטן.

מאָנטיק, אַרום 9:55 אין דער פֿרי האָט שלמה כּהן, אַ חסידישער יונגערמאַן, געזען אַ מיטל־יעריקע פֿרוי, וואָס האָט געוואָלט אַראָפּשפּרינגען פֿונעם ברוקלינער בריק. דער יונגערמאַן האָט אַרומגענומען די פֿרוי און זי פֿאַרהאַלטן, ביז עס זענען געקומען אַנדערע וואָס האָבן אים געהאָלפֿן. די אָנגעקומענע רעטער, צוזאַמען מיטן חסיד האָבן זי פֿאַרהאַלטן, ביז עס איז געקומען די פּאָליציי, וואָס האָט זי געפֿירט אין „וווּדהול‟־שפּיטאָל. די פּאָליציי גיט איבער, אַז די פֿרוי, וואָס איז 52 יאָר אַלט, לײַדט יאָרן לאַנג פֿון גײַסטיקע פּראָבלעמען.

אַ פּאָר פֿאַרבײַגייער האָבן געמאַכט בילדער פֿונעם חסיד, וואָס האָט געראַטעוועט די פֿרוי אָבער קיינער האָט ניט געוווּסט ווער ער איז. נאָך דעם וואָס אַ ריי פֿרומע בלאָגן און „טוויטער‟־באַניצער האָבן פֿאַרענפֿטלעכט די בילדער, האָט JPUpdates געמאָלדן זײַן נאָמען.

דאָס איז, אַגבֿ, ניט דאָס ערשטע מאָל, וואָס חסידים ראַטעווען דאָס לעבן פֿון עמעצן, וואָס האָט פּרובירט צו באַגיין זעלבסטמאָרד דורכן אַראָפּשרינגען פֿון אַ ניו־יאָריקער בריק. אין פֿעברואַר האָט אַ גרופּע ייִדן פֿון ניו־סקווער צופֿעליק געזען ווי אַ 25־יעריקע פֿרוי איז אַראָפּגעשפּרונגען פֿונעם דזשאָרדזש־וואַשינגטאָן־בריק. נאָך דעם וואָס זיי האָבן געלאָזט וויסן דער פּאָליציי, האָבן זיי געהאָלפֿן צו ראַטעווען די פֿרוי, וואָס האָט איבערגעלעבט אירע שווערע וווּנדן. די ניו־סקווערער חסידים זענען דעמאָלט געווען אויפֿן אָרט, ווײַל זיי האָבן געהאַלטן אין זוכן דעם קערפּער פֿון אַ ניו־סקווערער תּושבֿ, וואָס איז אַליין פֿריִער באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אינעם זעלביקן אָרט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.