באַראָן כּהנס „די ברידער גרימסבי‟

Baron Cohen's "The Brother Grimsby"

באַראָן כּהן אויף דער פֿילם־פּרעמיערע מאַכט חוזק פֿון דאָנאַלד טראָמפּ
Getty Images
באַראָן כּהן אויף דער פֿילם־פּרעמיערע מאַכט חוזק פֿון דאָנאַלד טראָמפּ

פֿון עדי מהלאל

Published March 16, 2016, issue of April 01, 2016.

נאָך אַ טיפּישן איבעררײַס צווישן איין פֿילם און דעם אַנדערן, האָט דער קאָמיקער סאַשאַ באַראָן כּהן זיך באַוויזן מיט אַ נײַער קאָמעדיע, „די ברידער גרימסבי‟ (The Brothers Grimsby). נאָך דער הצלחה פֿון זײַנע לצנות-פֿילמען פֿונעם פֿריִערדיקן יאָרצענדליק: „באָראַט‟ (2006) און „ברונאָ‟ (2009), איז באַראָן כּהן באַצוווּנגען געוואָרן צו שאַפֿן מער קאָנווענציאָנעלע קאָמעדיעס. דאָס הייסט, אַז אַלע מענטשן אין זײַנע לעצטע קאָמעדיעס, „דער דיקטאַטאָר‟ (זע „פֿאָרווערטס”־אַרטיקל //yiddish2.forward.com/node/4436) און אין דער איצטיקער קאָמעדיע, זענען אויסגעטראַכטע געשטאַלטן, געשפּילט דורך פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן. זײַן פּנים איז פּשוט געוואָרן אַזוי באַקאַנט, אַז ער איז מער נישט מסוגל צו מאַכן שמד־שטיק איבער דעם דורכשניטלעכן מענטש אויף דער גאַס.

פֿון די אינטערוויוען זעט אויס, אַז באַראָן כּהן וואָלט בעסער געוואָלט בלײַבן בײַם זשאַנער פֿון „באַהאַלט־פֿילמירקע‟, וואָס גיט צו דעם עקסטרעם־מסוכּנדיקן עלעמענט, דעם סאָרט אַדרענאַלינע, וואָס איז פֿאַקטיש אוממעגלעך צו רעפּראָדוצירן מיט אַנדערע מיטלען.

אין „גרימסבי‟ שפּילט באַראָן כּהן (וואָס איז אויך דער מיט־סצענאַריסט) דאָס ערשטע מאָל זינט אַלי דזשי, אַ בריטישע געשטאַלט, וואָס ענגליש איז איר מאַמע־לשון; אָבער ווי תּמיד, נעמט ער אָן אַ נײַעם אַקצענט, דאָס מאָל פֿונעם בריטישן אַרבעטער־קלאַס אין צפֿון־ענגלאַנד.

נאָבי, דער נאָמען פֿון זײַן געשטאַלט, וווינט מיט זײַנע עלף קינדער אין אַ קליין הײַזל אין גרימסבי, ענגלאַנד. גרימסביס אײַנוווינער האָבן דרײַ זאַכן אין לעבן: אַ סך קינדער, דעם אָרטיקן שענק, און צום אַלעם גרעסטן, זייער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט. עס באַקומט זיך אַ פּאָרטרעט פֿונעם אַרבעטער־קלאַס, וואָס אַפֿילו אויב ער מאַכט חוזק פֿון געוויסע עלעמענטן (זיי זענען אַלע איבערוואָגיק, שמוציק, שטינקענדיק, סעקסועל פֿאַרגרעבטע און שטענדיק פֿאַרשיכּורט), סימפּאַטיזירט ער פֿאָרט מיט זיי.

דער פֿילם וויל אויפֿווײַזן ווי דער עלעמענט פֿון קלאַס איז אַן אויסגעטראַכטע זאַך דורך דער געשיכטע פֿון נאָבי און זײַן ברודער סעבאַסטיאַן — צוויי יתומים, וואָס האָבן זיך אונטערגעשיידט ווי קליינע קינדער. סעבאַסטיאַן איז אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן דורך רײַכע שטיף־עלטערן און האָט באַקומען די בעסטע דערציִונג, און דערפֿאַר קען ער פֿאַר זיך אַנטוויקלען אַ ‘קאַריערע’, בשעת זײַן ברודער איז אויפֿגעוואַקסן אין דער אויסגייענדיקער אינדוסטריעלער צפֿון־ענגלענדער סבֿיבֿה, וואָס טאַטשער האָט שוין געהאַט צעשטערט צוליב איר נעאָ־ליבעראַלער פּאָליטיק אין די 1980ער יאָרן. דאָרט האָט מען פּשוטע אַרבעטער, ווי אין דער פֿיש־אינדוסטריע, אויב מע האָט לכתּחילה דאָס מזל צו געפֿינען אַן אַרבעט־שטעלע ערגעץ־וווּ.