ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 15, 2016, issue of April 01, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

„באַלאַגאַן‟ — אַ בריקעלע פֿון ישׂראל־פּוילישע באַציִונגען

די פֿרײַנדשאַפֿט צווישן יונגע פּאָליאַקן און יונגע ישׂראלים וואַקסט כּסדר. נעמט, למשל, די פֿירמע „באַלאַגאַן‟ — אַ וואָרט, וואָס מיר נוצן סײַ אין פּויליש, סײַ אין ייִדיש, סײַ אין עבֿרית.

די ישׂראל־פּוילישע פֿירמע „באַלאַגאַן‟ נייט קליידער. די יונגע ישׂראלדיקע און פּוילישע מאָדעליערקעס דערקלערן, אַז זייערע קליידער זײַנען אַ סינטעז צווישן דער עלעגאַנטער וואַרשעווער מאָדע מיט דער תּל־אָבֿיבֿער שלומפּערקייט.

הייסט עס, אַז „באַלאַגאַן‟ וויל זײַן צו גאָט און צו לײַט; אי לײַכט און פּשוט, אי מאָדיש און סאָפֿיסטיצירט.

שמעון פּערעס האָט אונדז אַ מאָל צוגעזאָגט, אַז די פֿרײַנדשאַפֿט צווישן ישׂראל און פֿראַנקרײַך וועט אָנגיין אייביק. דאָס איז געווען די צײַט, ווען פֿראַנקרײַך האָט פֿאַרקויפֿט דער ייִדישער מדינה די קאַמף־עראָפּלאַנען „מיראַזש‟, און תּל־אָבֿיבֿ איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט פֿראַנצויזישע פֿילמען, פּליטעס וכדומה.

פּערעס, וואָס איז נישט בלויז אַ פּאָליטיקער, נאָר אויך אַ שטיקל פּאָעט, האָט דעמאָלט דערקלערט, אַז מיר בויען „אַ בריק איבערן מיטל־לענדישן ים‟.

די ליבע צווישן פֿראַנקרײַך און ישׂראל איז זינט דעמאָלט גאַנץ אָפּגעקילט געוואָרן. עס זעט אָבער אויס, אַז איצט בויען מיר אַ בריקעלע צווישן פּוילן און ישׂראל. די צוזאַמענאַרבעט צווישן די ישׂראלדיקע און פּוילישע פֿירמעס — פֿון טעקסטיל ביז מעטאַלורגיע — וואַקסט ווי אויף הייוון.

פּוילן בויט די טעג נאָוואַטאָרישע האַרמאַטן פֿאַר איר אַרמיי, די אַזוי גערופֿענע „סטאַלאָווקאַס‟. די פּאָליאַקן טוען עס אין צוזאַמענאַרבעט מיט דער גרויסער ישׂראלדיקער פֿירמע „עלביט‟.

אַגבֿ, „עלביט‟ איז די פּאָליאַקן מער געפֿעלן געוואָרן, ווי די פֿראַנצויזישע פֿירמע „נעקסטער‟.