אונטערנעמונגען בײַם „ביכער־צענטער‟

Events at the Yiddish Book Center

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 16, 2016, issue of April 01, 2016.

דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רשימה פֿון די פֿאַרשידענע אונטערנעמונגען, וואָס וועלן דאָרטן פֿאָרקומען במשך פֿון די קומענדיקע חדשים. אָט איז אַן אויסקלײַב פֿון דרײַ פֿון די וויכטיקסטע קאָנצערטן, רעפֿעראַטן, פֿילם־ווײַזונגען און אויסטשעלונגען:

פֿילם וועגן שלום־עליכם מיט ד״ר רות ווײַס און ד״ר דוד ראָסקעס

כּדי אָפּצומערקן דעם 100סטן יאָרצײַט פֿון שלום־עליכם וועט מען ווײַזן אַ פֿילם, אין וועלכן ד״ר רות ווײַס און ד״ר דוד ראָסקעס רעדן אַרום די ווערק פֿון שלום־עליכם און דעבאַטירן צווישן זיך, וועלכע מעשׂה איז בײַ זיי באַליבסטע. דער פֿילם, וואָס מע האָט געמאַכט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ מיט אַ יאָר צוריק, וועט מען ווײַזן זונטיק, דעם 29סטן מײַ, 2 אַזייגער אין אָוונט.

נאָך אינפֿאָרמאַציע http://support.yiddishbookcenter.org/site/Calendar?id=7383&view=Detail

„ייִדישער קאַמף־קלוב‟

די אויסטשעלונג „ייִדישער קאַמף־קלוב‟, וואָס מע האָט לכתּחילה געמאַכט פֿאַראַיאָרן אינעם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟ אין מאַנהעטן, האָט געשאַפֿן ד׳׳ר עדי פּאָרטנוי. די אויסשטעלונג, וואָס ברענגט אַרויס די ייִדישע אידיאָמען, פֿאַרבונדן מיט שלאָגן, און די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון באַקאַנטע ייִדישע קעמפֿער פֿון פּוילן און אַמעריקע, וועט אויסגעשטעלט ווערן בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. ווי אַ דערעפֿענונג צו דער אויסשטעלונג וועט ד׳׳ר פּאָרטנוי געבן אַ רעפֿעראַט זונטיק, דעם 5טן יוני, 2 אַזייגער אין אָוונט. די אויסשטעלונג קען מען זען אין דער הויפּט־גאַלעריע פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ ביז סעפּטעמבער.

טאָמער איר קענט ניט זײַן דערבײַ; זעט אַ טור פֿון דער אויסשטעלונג מיט ד״ר פּאָרטנוי, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געמאַכט http://yiddish.forward.com/articles/190892/yiddish-fight-club-a-tour-of-the-exhibition-with/.

„ייִדסטאָק‟

www.yiddishbookcenter.org

צום פֿינפֿטן מאָל אָרדנט אײַן דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אַ ריזיקן פֿעסטיוואַל, געווידמעט דער קלעזמער־מוזיק און דער ייִדישער קולטור. דער פֿעסטיוואַל, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 14סטן ביזן 17סטן יולי, נעמט אַרײַן 7 קאָנצערטן און 12 וואַרטשטאַטן און רעפֿעראַטן. צווישן די הויפּט־געשעענישן: די קלעזמער־קאַפּעליע „די קלעזמאַטיקס‟ וועט אויפֿטרעטן מיט אַ ספּעציעלן קאָנצערט צו זייער 30סטן יוביליי; פֿרענק לאָנדאָן, עלינאָר ריסאַ און לאָרין סקלאַמבערג וועלן פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט לכּבֿוד שלום־עליכם מיט לידער, פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן קלאַסיקער; און די „קלעזמער קאָנסערוואַטאָרי בענד‟, צוזאַמען מיט עלינאָר ריסאַ, לאָרין סקלאַמבערג און פֿרענק לאָנדאָן וועלן געבן אַ קאָנצערט פֿון חסידישע ניגונים, „סווינג‟ און קלעזמער־מוזיק.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: http://www.yiddishbookcenter.org/yidstock.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.