הלל צייטלינס אוטאָפּיע אויף ייִדיש

Hillel Zeitlin Yiddish Utopia

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 16, 2016, issue of April 01, 2016.

אַ פּאָסט־קאַרטל מיט הלל צייטלינס פּאָרטרעט
אַ פּאָסט־קאַרטל מיט הלל צייטלינס פּאָרטרעט

דעם 8טן מאַרץ האָט ד״ר אַרטור גרין, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון קבלה און חסידות, בשותּפֿות מיט הרבֿ אַריאל מעשׂה, אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם מישיגען־אוניווערסיטעט אין דער שטאָט ען־אַרבאָר, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גאַנצע סעריע אינטערעסאַנטע אַרטיקלען אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟ וועגן צייטלינס מאַטעריאַלן, געווידמעט זײַן פּלאַן צו שאַפֿן די מיסטישע ברודערשאַפֿט „יבֿנה‟, וועלכע ער האָט אָנגעשריבן אויף ייִדיש.

אינעם יאָר 2012 האָט גרין פֿאַרעפֿנטלעכט אויף ענגליש אַן אַנטאָלאָגיע פֿון הלל צייטלינס ווערק. דער דאָזיקער דענקער און טוער איז געווען איינער פֿון די אָריגינעלסטע חסידישע פֿילאָסאָפֿן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.

הלל צייטלין (1871—1942), אַ באַגאַבטער שרײַבער און זשורנאַליסט, האָט איבערגעלאָזט אַ גאַנצע ריי ביכער. ער איז אויך געווען אַ טיפֿער פֿילאָסאָף פֿונעם עקזיסטענציאַליסטישן שניט מיט אַ חסידישן טעם, וועלכן מע קאָן פֿאַרגלײַכן מיט מאַרטין בובער; צייטלין איז אָבער געווען אַ טראַדיציאָנער טיף פֿרומער חסיד. ווען די נאַציס זענען געקומען אין דער וואַרשעווער געטאָ אים אַוועקצושיקן אינעם טויט־לאַגער, האָט ער געהאַלטן דעם „זוהר‟ אין דער האַנט. אין דער זעלבער צײַט, האָט צייטלין גוט געקענט די אַלגעמיינע פֿילאָסאָפֿיע און איז געווען גוט באַקאַנט מיט די ווערק פֿון שפּינאָזע, ניטשע, טאָלסטוי און אַפֿילו בודיזם.

אין די 1920ער יאָרן האָט צייטלין אָנגעהויבן אויסאַרבעטן אַ פּלאַן פֿון אַ מיסטישער געזעלשאַפֿט און קאָמונע מיטן נאָמען „יבֿנה‟, האָפֿנדיק צו באַנײַען די חסידישע באַוועגונג און ייִדישקייט בכלל אויף אַ נײַעם אופֿן. אויף דער וועבזײַט „אין געוועב‟ קאָן מען זײַנע געדאַנקען וועגן דער פּלאַנירטער באַוועגונג איבערלייענען אינעם ייִדישן אָריגינאַל מיט אַ פּאַראַלעלער ענגלישער איבערזעצונג, צוזאַמען מיט אַ נײַ־אַנטדעקטן כּתבֿ־יד פֿון צייטלין.