דער נע־ונדניק מיט דער גאָלדענער פּען

The Nomadic, Brilliant Itsik Manger

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 17, 2016, issue of April 01, 2016.

עס איז ניט קײן גוזמא צו זאָגן, אַז די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון איציק מאַנגער, פֿון פּראָפֿעסאָר אפֿרת גל־עד, שטעלט אײַן אַ נײַעם מאָסשטאַב אין ייִדיש־פֿאָרשונג, סײַ װאָס שײַך דעם אינהאַלט און סײַ װאָס שײַך דער פֿאָרם. ראשית, איז דאָס בכּלל די ערשטע ערנסטע אַקאַדעמישע ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישן דיכטער, און צװײטנס, איז דאָס ממש אַ ברײטע קולטור־געשיכטע פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה, דערזען דורכן שפּאַקטיװ פֿון מאַנגערס לעבן. אפֿרת גל־עד האָט געלײזט די דאָזיקע טאָפּלטע אױפֿגאַבע אױף אַן אָריגינעלן שעפֿערישן אופֿן.

די מחברין האָט אױסגעלייגט איר בוך טיפּאָגראַפֿיש װי גמרא, מיטן הױפּט־טעקסט אין דער מיט און פּירושים אױף די ראַנדן פֿונעם בלאַט. דער לײענער האָט אַ סך פֿרײַהײט מיטן דאָזיקן בוך. מען קאָן סתּם איבערלײענען מאַנגערס לעבנס־געשיכטע און בלױז אַרײַנקוקן פֿון מאָל צו מאָל אין די פּירושים. אָדער מען קאָן נוצן מאַנגערן װי אַ װעגװײַזער און פֿאָלגן נאָך אים איבער די פֿאַרשידענע צענטערס פֿון ייִדישער קולטור. די פּירושים זײַנען כּולל אַ סך אָריגינעלע דאָקומענטן, לרובֿ פֿון פֿאַרשידענע אַרכיװאַלע זאַמלונגען, װאָס װערן ציטירט באריכות, אינעם ייִדישן אָריגינאַל און אין דער דײַטשישער איבערזעצונג.

דער לײט־פֿאָדעם פֿון דער פֿאָרשונג װערט באַשטימט דורך מאַנגערס אײגענע װערטער אינעם רעפֿעראַט „די ייִדישע דיכטונג אױפֿן שײד־װעג‟ (1926): „די אַטמאָספֿערע פֿון אונדזער דיכטונג איז די װעלט. אין איר שפּיגלט זיך אָפּ די פֿראָסטיקע װײַסקײט פֿונעם רוסישן שנײ, דער רױש און די לעגענדע פֿונעם פּױלישן װאַלד, די שװאַרצע מאַשינען־אָרגיע פֿון די אַמעריקאַנער ריזן־שטעט און פּיטאָרעסקע רומענישע פּײזאַזשן.‟ מאַנגערס השׂגה פֿון דער ייִדישער װעלט־ליטעראַטור, װאָס איז „אָרגאַניש אַרײַנגעװאַקסן‟ אין די פֿאַרשידענע ערטער און לאַנדשאַפֿטן פֿון דער װעלט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ בולטן היפּוך צום באַגריף פֿון „דרײַ צענטערס‟, װאָס דוד בערגעלסאָן האָט פֿאָרמולירט אין דעם אײגענעם יאָר. בערגעלסאָן האָט שאַרף צעטײלט די ייִדישע װעלט אױף דרײַ שטחים — סאָװעטן־רוסלאַנד, פּױלן און אַמעריקע, װאָס זײַנען זיך צעגאַנגען אין פֿאַרשידענע װעגן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה און דער רוסישער רעװאָלוציע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.