דער נע־ונדניק מיט דער גאָלדענער פּען

The Nomadic, Brilliant Itsik Manger

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 17, 2016, issue of April 01, 2016.

עס איז ניט קײן גוזמא צו זאָגן, אַז די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון איציק מאַנגער, פֿון פּראָפֿעסאָר אפֿרת גל־עד, שטעלט אײַן אַ נײַעם מאָסשטאַב אין ייִדיש־פֿאָרשונג, סײַ װאָס שײַך דעם אינהאַלט און סײַ װאָס שײַך דער פֿאָרם. ראשית, איז דאָס בכּלל די ערשטע ערנסטע אַקאַדעמישע ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישן דיכטער, און צװײטנס, איז דאָס ממש אַ ברײטע קולטור־געשיכטע פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה, דערזען דורכן שפּאַקטיװ פֿון מאַנגערס לעבן. אפֿרת גל־עד האָט געלײזט די דאָזיקע טאָפּלטע אױפֿגאַבע אױף אַן אָריגינעלן שעפֿערישן אופֿן.

די מחברין האָט אױסגעלייגט איר בוך טיפּאָגראַפֿיש װי גמרא, מיטן הױפּט־טעקסט אין דער מיט און פּירושים אױף די ראַנדן פֿונעם בלאַט. דער לײענער האָט אַ סך פֿרײַהײט מיטן דאָזיקן בוך. מען קאָן סתּם איבערלײענען מאַנגערס לעבנס־געשיכטע און בלױז אַרײַנקוקן פֿון מאָל צו מאָל אין די פּירושים. אָדער מען קאָן נוצן מאַנגערן װי אַ װעגװײַזער און פֿאָלגן נאָך אים איבער די פֿאַרשידענע צענטערס פֿון ייִדישער קולטור. די פּירושים זײַנען כּולל אַ סך אָריגינעלע דאָקומענטן, לרובֿ פֿון פֿאַרשידענע אַרכיװאַלע זאַמלונגען, װאָס װערן ציטירט באריכות, אינעם ייִדישן אָריגינאַל און אין דער דײַטשישער איבערזעצונג.

דער לײט־פֿאָדעם פֿון דער פֿאָרשונג װערט באַשטימט דורך מאַנגערס אײגענע װערטער אינעם רעפֿעראַט „די ייִדישע דיכטונג אױפֿן שײד־װעג‟ (1926): „די אַטמאָספֿערע פֿון אונדזער דיכטונג איז די װעלט. אין איר שפּיגלט זיך אָפּ די פֿראָסטיקע װײַסקײט פֿונעם רוסישן שנײ, דער רױש און די לעגענדע פֿונעם פּױלישן װאַלד, די שװאַרצע מאַשינען־אָרגיע פֿון די אַמעריקאַנער ריזן־שטעט און פּיטאָרעסקע רומענישע פּײזאַזשן.‟ מאַנגערס השׂגה פֿון דער ייִדישער װעלט־ליטעראַטור, װאָס איז „אָרגאַניש אַרײַנגעװאַקסן‟ אין די פֿאַרשידענע ערטער און לאַנדשאַפֿטן פֿון דער װעלט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ בולטן היפּוך צום באַגריף פֿון „דרײַ צענטערס‟, װאָס דוד בערגעלסאָן האָט פֿאָרמולירט אין דעם אײגענעם יאָר. בערגעלסאָן האָט שאַרף צעטײלט די ייִדישע װעלט אױף דרײַ שטחים — סאָװעטן־רוסלאַנד, פּױלן און אַמעריקע, װאָס זײַנען זיך צעגאַנגען אין פֿאַרשידענע װעגן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה און דער רוסישער רעװאָלוציע.

מאַנגערס לעבנס־שטײגער פֿון אַן אײביקן נע־ונד, װאָס האָט זיך געװאַלגערט איבער אײראָפּע, אַמעריקע און צום סוף פֿון זײַן לעבן געקומען קײן ארץ־ישׂראל, איז דער בעסטער באַװײַז פֿון זײַן קאָנצעפּציע פֿון ייִדישער דיכטונג װי אַ װעלט–ליטעראַטור. זײַן נאָטיץ־ביכל פֿון 1917 האָט אַ רשימה פֿון 76 ביכער, װאָס ער האָט איבערגעלײענט אָדער געהאַט בדעה איבערצולײנען. לרובֿ זײַנען זײ אױף דײַטש, אָריגינעלע װערק אָדער איבערזעצונגען. װי עס באַמערקט גל–עד, זײַנען דאָס נאָר די טיטלען פֿון דערצײלערישער פּראָזע. אַחוץ די דײַטשישע מחברים, האָט מאַנגער געלײענט די װערק פֿון דער סקאַנדינאַװישער, אונגאַרישער, פֿראַנצױזישער, רוסישער און ענגלישער ליטעראַטור. קײן ייִדישע טיטלען זײַנען אין זײַן קאַטאַלאָג ניטאָ, אָבער פֿון מאַגנערס אײגענע לידער זעט מען, אַז ער איז געװען גוט באַהאַװנט אין דער ייִדישער פּראָזע און דיכטונג. אַ סך פֿון דעם האָט ער געקענט אױף אױסװײניק.

מאַנגערס אײַנטריט אין דער גרױסער ייִדישער ליטעראַרישער װעלט איז געשען אין װאַרשע, װאָס ער האָט צום ערשטן מאָל באַזוכט אין 1928 און װוּ ער האָט געלעבט ביז 1938, װען די פּױלישע מלוכה האָט אים אַרױסגעשיקט װי אַן אױסלענדישן בירגער. מאַנגער איז באַלד געװאָרן אַן אױסטערלישע פֿיגור, מיט אַ נטיה צו עפֿנטלעכע סקאַנדאַלן און פּראָװאָקאַציעס. מלך ראַװיטש דערמאָנט זיך, װי מאַנגער האָט אים אַ זאָג געטאָן: „דו, גראַפֿאָמאַן, דאַרפֿסט שרײַבן דײַנע נאַרישע לידער מיט אַ פֿעדער. איך שרײַב מײַנע לידער אין זכּרון. איך בין אין גאַנצן ליד…‟ מאַנגער האָט מיט התמדה קולטיװירט די געשטאַלט פֿון אַ דיכטער, װאָס איז אַלײן „אין גאַנצן אַ ליד‟, כּל־זמן עס איז געװען אַ סבֿיבֿה, װאָס איז גרײט די דאָזיקע געשטאַלט אָפּצושאַצן.

אָבער די װאַרשעװער סבֿיבֿה איז אַװעק אין דער אײביקײט מיטן חורבן, און מאַנגער איז פֿאַרבליבן אַלײן. משה דלוזשנאָװסקי באַשרײַבט מאַנגערן אין פּאַריז, װוּ יענער איז געקומען אין 1938: „מאַנגער איז אין דער קאַפֿע געזעסן ממש גאַנצע טעג אין גאַנצן אַלײן. ער איז געזעסן אינעװײניק בײַ ’זײַ‘ טישל, טײל מאָל פֿלעגט זיך װער צוזעצן, ער האָט באַשטעלט גלעזלעך קאָניאַק, ברענדי. […] ער האָט װײניק גערעדט, כּמעט געשװיגן, נאָר אַלץ אין זיך פֿאַרטראַכט, צעפֿיבערט, און אָט האָט ער געכאַפּט אַ שטיקל פּאַפּיר און אָנגעװאָרפֿן װערטער, װערטער, געשפּילט זיך מיט װערטער און מיט זײַן אײגענעם טרױער.‟ דאָס רעשט פֿון מאַנגערס לעבן נאָך װאַרשע, פּאַריז, לאָנדאָן, מאָנטרעאַל, איז געװען אַ „שפּיל מיט זײַן אײגענעם טרױער‟.

צום סאַמע שלוס פֿון איר בוך ברענגט גל־עד מאַנגערס פֿיר שורות, װאָס לײענען זיך װי אַ ביטערער סך־הכּל צו זײַן לעבן: „איך קום פֿון די קױמענס פֿון אױשװיץ / איך בין אי יונג, אי אַלט / איך בין געװעזן מיליאָנען / איצט בין איך — אײן־געשטאַלט.‟ פֿון זײַן יוגנט האָט מאַנגער פֿאַרקניפּט זײַן גורל מיטן גורל פֿון דער ייִדישער װעלט־ליטעראַטור, און ער איז פֿאַרבליבן געטרײַ זײַן שליחות ביזן סוף. זײַן ביאָגראַפֿיע איז עד־היום דער בעסטער פֿאָרשערישער דענקמאָל פֿאַר דער דאָזיקער אױסגעמעקטער זײַט פֿון דער װעלטקולטור.