ייִדישע וואָרצלען פֿון נאָמינירטן ריכטער

Jewish Roots of Nominated Judge

פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און דער ריכטער מעריק גאַרלאַנד, אינעם „רויזן־גאָרטן‟ פֿונעם „ווײַסן הויז‟, דעם 16טן מאַרץ
Getty Images
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ און דער ריכטער מעריק גאַרלאַנד, אינעם „רויזן־גאָרטן‟ פֿונעם „ווײַסן הויז‟, דעם 16טן מאַרץ

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 17, 2016, issue of April 01, 2016.

מעריק גאַרלאַנד — דער ריכטער, וואָס פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט אויסגעקליבן נאָמינירט צו ווערן פֿאַרן העכסטן געריכט — האָט אין זײַן באַגריסונג־רעדע דערציילט, אַז זײַנע באָבע־זיידע זענען אַנטלאָפֿן פֿון די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות אין רוסלאַנד, כּדי אָנצוהייבן אַ נײַ לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

גאַרלאַנד, דער זון פֿון אַ ייִדישער מאַמע און אַ פּראָטעסטאַנטישן טאַטן, איז דערצויגן געוואָרן ווי אַ ייִד.

„דאָס איז דער גרעסטער כּבֿוד פֿון מײַן לעבן,‟ האָט גאַרלאַנד דערקלערט דעם פֿאַרגאַנגענעם מיטוואָך, אינעם רויזן־גאָרטן פֿונעם „ווײַסן הויז‟. אָבאַמאַ האָט נאָמינירט גאַרלאַנד, כּדי צו פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון אַנטאָנין סקאַלאַ, וואָס איז פּלוצלינג געשטאָרבן אין פֿעברואַר.

גאַרלאַנד האָט דערציילט, אַז זײַן טאַטע, וואָס האָט געפֿירט אַ געשעפֿט אינעם קעלער פֿון זײַן הויז, האָט אים אויסגעלערנט „די וויכטיקייט פֿון אַרבעטן שווער און פֿון יושר,‟ און זײַן מאַמע, אַ לאַנג־יאָריקע וואָלונטירין, האָט אים געלערנט די ווערטן פֿון אַקטיוויזם לטובֿת דער געזעלשאַפֿט.

„בײַ מיר איז נישטאָ קיין העכערע פֿאָרם פֿון באַדינען דאָס פֿאָלק ווי צו דינען ווי אַ מיטגליד פֿונעם אַמעריקאַנער העכסטן געריכט,‟ האָט גאַרלאַנד געזאָגט.

דער 63־יאָריקער גאַרלאַנד, אַ געבוירענער אין שיקאַגע, אַרבעט שוין אין וואַשינגטאָן זינט די 1970ער יאָרן — צו ערשט, ווי אַ געריכט־שרײַבער; דערנאָך ווי אַ פּריוואַטער אַדוואָקאַט, אַ געהילף צום הויפּט־פּראָקוראָר, און זינט 1997 — אַ פֿעדעראַלער ריכטער.

אין 1987 האָט גאַרלאַנד, אַ גראַדואַנט פֿון האַרוואַרד יוריספּרודענץ־שול, חתונה געהאַט מיט אַ צווייטער האַרוואַרד־גראַדואַנטקע, לין ראָזענמאַן, אונטער אַ חופּה אינעם „האַרוואַרד־קלוב‟ אין ניו־יאָרק.

אויב גאַרלאַנד וועט אָנגענומען ווערן, וועט ער ווערן דער פֿערטער ייִדישער ריכטער אינעם העכסטן געריכט. די אַנדערע זענען רות ביידער גינסבורג, עלאַנאַ קאַגאַן און סטיווען ברײַער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.