ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published March 16, 2016, issue of April 01, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

„אשכּולות‟: פּוילישע מומחים פֿון כּלי־זמרישער מוזיק אין מאָסקווע

דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ און דער פּוילישער קולטור־צענטער אין מאָסקווע האָבן בשותּפֿות אײַנגעלאַדן קיין מאָסקווע מומחים פֿון כּלי־זמרישער מוזיק אין פּוילן: פּראָפֿעסאָר פֿון עטנאָמוזיקאָלאָגיע באָזשענאַ מושקאַלסקאַ און „קאַפּעלאַ בראָדוּוו‟. זיי האָבן צוזאַמען דורכגעפֿירט אין מאָסקווע צוויי אָוונטן — אַ לעקציע און אַ קאָנצערט. באָזשענאַ מושקאַלסקאַ האָט דערציילט וועגן די רעשטלעך פֿון דער כּלי־זמרישערער מוזיק אין פּוילן, וואָס מע קען געפֿינען אין דער פּוילישער מוזיקאַלישער קולטור און אין מינדלעכע זכרונות פֿון פּוילישע דערפֿישע מוזיקאַנטן. דער קאָנצערט פֿון דער קאַפּעליע האָט אײַנגעשלאָסן לידער און מוזיקאַלישע פּיעסעס, וואָס ס׳האָט פֿאַרשריבן סוף 19טן י״ה דער פֿאָלקלאָריסט אָסקאַר קאָלבערג, ווי אויך פּיעסעס, וואָס ס׳האָט אויפֿגענומען דער פֿידלער פֿון דער קאַפּעליע וויטעק בראָדאַ. מיט 25 יאָר צוריק האָט בראָדאַ אָרגאַניזירט אַן עקספּעדיציע אין די פּוילישע דערפֿער און פֿאַרשריבן ייִדישע מוזיק בײַ די פּוילישע מוזיקאַנטן.

די טעמע „סובאָטניקעס‟ אין דעם הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט

דער צענטער פֿון ייִדישע און תּנ”כישע לימודים בײַם רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט איז ממשיך מיט דער טעמע פֿון סובאָטניקעס. מיר האָבן שוין דערציילט וועגן אַ סעמינאַר, געווידמעט די סובאָטניקעס, וואָס דער צענטער האָט דורכגעפֿירט. די וואָך האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַער קורס „ייִדן און די קולטור פֿון פּאָסטמאָדערן‟, וואָס הייבט זיך אָן מיט לעקציעס וועגן סובאָטניקעס, „יהדות — די רעליגיע פֿון די רוסן? סובאָטנישע גלויבן ווי אַ רעאַליטעט און ווי סטימולאַטאָר‟. געגעבן לעקציעס האָט די דאָצענטין פֿון דעם אוניווערסיטעט, די רעליגיע־פֿאָרשערין לודמילאַ זשוקאָוואַ. זי האָט דערציילט וועגן דער אינערלעכער מיטאָלאָגיע פֿון סובאָטניקעס און זייער געשיכטע אינעם 20סטן און 21סטן י״ה.

די סטודענטישע קאָנפֿערענץ „מדינת־ישׂראל פֿאַר דער יוגנט‟

אין איינעם פֿון די מאָסקווער טעכנישע אוניווערסיטעטן איז פֿאָרגעקומען די ערשטע יוגנט־קאָנפֿערענץ, „מדינת־ישׂראל פֿאַר דער יוגנט‟, אָרגאַניזירט פֿון אַ גרויסער טוריסטישער פֿירמע „קמ״פּ־גרופּ‟ און ישׂראלדיקן טוריזם־מיניסטעריום. די געסט, בתוכם ישׂראלדיקע טשינאָווניקעס און געשעפֿטס־לײַט, האָבן דערציילט וועגן דער מיטאַרבעט צווישן די צוויי לענדער אין בילדונג און טוריזם; און וועגן די מעגלעכקייטן, וואָס די רוסלענדישע יונגע מענטשן האָבן אין ישׂראל: בילדונג, סטאַזש און טוריזם. די אָרגאַניזאַטאָרן האָפֿן, אַז באַלד וועלן אין דער קאָנפֿערענץ אָנטייל נעמען אויך אַנדערע מאָסקווער אוניווערסיטעטן.

אַ כּשר־מאַרק אין מאָסקווע

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: אויף דעם גרעסטן מאַרק אין מאָסקווע, „סאַדאָוואָד‟ (גערטנער), האָט מען געעפֿנט אַ נײַע פֿאַבריק, וואָס פּראָדוצירט און פֿאַרקויפֿט כּשר פֿלייש און פֿליישיקע פּראָדוקציע. דער הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסלענדישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַר, האָט אויפֿגעהאָנגען אַ מזוזה און געדאַוונט אין „סאַדאָוואָד‟־שיל.