רבי נחמנס „בעטלער‟ אויף דער אינטערנעץ

Rabbi Nachman's 'Beggar' Online

רבי נחמנס פֿאָטעל אין דער ירושלימער גרויסער בראַצלעווער שיל. אויפֿן הינטערגרונט: רבי נחמנס „מעשׂה פֿון זיבן בעטלערס‟
רבי נחמנס פֿאָטעל אין דער ירושלימער גרויסער בראַצלעווער שיל. אויפֿן הינטערגרונט: רבי נחמנס „מעשׂה פֿון זיבן בעטלערס‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 20, 2016, issue of April 15, 2016.

אין דער אינטערנעץ האָט זיך מיט עטלעכע חדשים צוריק באַוויזן אַ נײַע פֿרומע וועבזײַט אויף ייִדיש, מיטן נאָמען „בעטלער‟.

דער ערשטער מאַטעראַיל אויף דער וועבזײַט, אַ 20־מינוטיקער ווידעאָ־שיעור פֿון הרבֿ יהודה דײַטש, האָט זיך באַוויזן אין סעפּטעמבער 2015. דער רבֿ האָט דערקלערט, לויטן בראַצלעווער (ברעסלעווער) חסידות, אַז יעדער קען זוכה זײַן צו דער מיצווה „ואַהבֿתּ את השם‟ — ליב צו האָבן דעם באַשעפֿער מיטן גאַנצן האַרצן. רבי נחמן בראַצלעווער גיט פֿאַרשיידענע עצות, ווי אַזוי מע קאָן זיך דערנעענטערן צום רבונו־של־עולם; איינער פֿון זײַנע וויכטיקסטע וועגן איז התבודדות — טיף פּערזענלעכע מעדיטאַציע־תּפֿילות, וואָס ס׳איז בעסער זיי צו זאָגן שפּעט בײַנאַכט, ווײַט פֿון מענטשן, אינמיטן אַ וואַלד אָדער אַ פֿעלד. אין צוויי אַנדערע שיערים, וואָס זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין דער זעלבער צײַט, דערקלערט הרבֿ ניסן־דוד קיוואַק, ווי אַזוי מע דאַרף זאָגן תּהילים מיטן גאַנצן האַרצן, און ווי אַזוי דער אייבערשער וואַרט אויף יעדן ייִד, ער זאָל צו אים צוקומען.

נאָכן ערשטן עספּערימענט, איז די וועבזײַט געשטאַנען ליידיק. אין יאַנואַר איז דער פּראָיעקט ווידער אַקטיוויזירט געוואָרן. אַנשטאָט ווידעאָ־מאַטעריאַלן, האָבן די שאַפֿער באַשלאָסן צו עפֿענען אַ בלאָג מיט עטלעכע לאַנגע אַרטיקלען. ווי דער שטייגער איז אין די הײַנטיקע חסידישע אויסגאַבעס, הינקט דער גראַמאַטישער מין פֿון אַ טייל ווערטער, בפֿרט אין די באַשטימטע אַרטיקלען.

בדרך־כּלל זענען אָבער די מאַטעריאַלן אָנגעשריבן אויף אַ גוטער לעבעדיקער שפּראַך, כּמעט אָן אַמעריקאַניזמען, וואָס זענען אויך פֿאַרשפּרייט צווישן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין בית־שמש, וווּ די וועבזײַט איז געשאַפֿן געוואָרן דורך דער אָרגאַניזאַציע „אמונה ודעת‟. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע חסידישע גרופּעס, וואָס באַנוצן זיך נישט — לכל־הפּחות, אין טעאָריע — מיט דער אינטערנעץ, זענען שוין פֿאַראַן כּלערליי בראַצלעווער וועבזײַטן. על־פּי־רובֿ, זענען זיי אָנגעשריבן אויף ענגליש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש. אָפֿטמאָל, רעפּרעזענטירן זיי פֿאַרשיידענע קירובֿ־אָרגאַניזאַציעס, וואָס זענען בקרבֿ די בעל-תּשובֿות. ס׳איז אַ מחיה צו זען אַן אינטערנעץ־אָרט, וווּ מע קאָן זיך באַקענען מיט אַ צאָל אויטענטישע בראַצלעווער חסידים פֿון ארץ־ישׂראל.

שלמה משי, דער בעל־הבית פֿון דער נײַער וועבזײַט, פֿירט אויך אָן מיט אַ חסידישן קאַנאַל אויפֿן „יוטוב‟, וווּ ער פּובליקירט און פֿאַרשפּרייט שיעורים און אַנדערע אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן.

וואָס עפּעס „בעטלער‟? אַ זײַטיקער מענטש וואָלט געמיינט, אַז אויף דער וועבזײַט זאַמלט מען געלט. זאַמלען זאַמלט מען טאַקע יאָ, אָבער דער נאָמען שטאַמט פֿון דער באַרימטער „מעשׂה פֿון זיבן בעטלערס‟, איינע פֿון די שענסטע צווישן רבי נחמנס „סיפּורי מעשׂיות‟ מיט אַ משיחישן טעם. אין דער בראַצלעווער טראַדיציע זענען פֿאַראַן צענדליקער פּירושים, צומאָל גאָר טיפֿע און מיסטישע, אויף דער דאָזיקע מעשׂה. האָפֿנטלעך, וועלן זיי זיך באַווײַזן אויף דער נײַער וועבזײַט, און דווקא אויף ייִדיש, רבי נחמנס מאַמע־לשון.