אַ שאָק פֿאַר די ייִדישע קאָמוניסטן

A Shock for Jewish Communists

דער סאָוועטישער פֿירער ניקיטאַ כרושטשאָוו אַנטפּלעקט דעם אמת וועגן סטאַלינס בלוטיקע רדיפֿות, בעת אַ פֿאַרמאַכטער זיצונג פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, דעם 16טן פֿעברואַר 1956, אין מאָסקווע
Getty Images
דער סאָוועטישער פֿירער ניקיטאַ כרושטשאָוו אַנטפּלעקט דעם אמת וועגן סטאַלינס בלוטיקע רדיפֿות, בעת אַ פֿאַרמאַכטער זיצונג פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, דעם 16טן פֿעברואַר 1956, אין מאָסקווע

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published March 20, 2016, issue of April 15, 2016.

דעם 4טן אַפּריל 1956 קען מען אָפּמערקן — צי באַוויינען (אויב עמעצער וויל) — ווי דעם סוף פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג צווישן ייִדן. ריכטיקער, איז עס געווען דער אָנהייב פֿונעם סוף. אין דעם טאָג איז די וואַרשעווער צײַטונג „פֿאָלקס־שטימע‟ אַרויס מיטן עדיטאָריאַל אונטערן טיטל „אונדזער ווייטיק און אונדזער טרייסט‟. צום ערשטן מאָל האָט אַ קאָמוניסטישע צײַטונג גערעדט וועגן די אַנטי־ייִדישע גזירות בשעת סטאַלינס תּקופֿה, בפֿרט וועגן די רעפּרעסיעס אין די לעצטע יאָרן פֿון דעם טיראַנס ממשלה.

צו יענער צײַט האָט די וועלט שוין עפּעס געוווּסט וועגן דעם. געשען איז עס אַ דאַנק דעם „פֿאָרווערטס‟, וואָס האָט געשיקט קיין מאָסקווע זײַן זשורנאַליסט לעאָן קרישטאַל. עס זעט אויס, אַז מע האָט זיך צונויפֿגערעדט מיט די ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן אין מאָסקווע. אין דער אַמבאַסאַדע האָט מען געהאַט אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם טראַגישן גורל פֿון דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַריש און אַ צאָל אַנדערע דערמאָרדעטע ייִדישע שרײַבער, אָבער די דיפּלאָמאַטן האָבן געוואָלט, אַז אַנדערע, ניט זיי, זאָלן עס אַרויסטראָגן אין דער עפֿנטלעכקייט.

קרישטאַל האָט בשעת זײַן מאָסקווער רײַזע זיך כּלומרשט אַליין יאַקאָש דערוווּסט וועגן די דערשאָסענע שרײַבער, און דערנאָך געשריבן וועגן דעם ענין. זײַנע „אַנטפּלעקונגען‟ האָבן זיך באַוויזן אין דער פּרעסע אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. אָבער גאָר ניט אַלע, בפֿרט די לינקע, זײַנען געווען גרייט עס אויפֿצונעמען פֿאַר אַ פֿאַרלאָזלעכער אינפֿאָרמאַציע. דער „פֿאָרווערטס‟ איז דאָך געווען באַקאַנט ווי אַן אַנטי־סאָוועטישע צײַטונג, אַזוי אַז קיין צוטרוי צו אַזאַ קוואַל האָט מען ניט געהאַט.

די געשיכטע, ווי אַזוי די וואַרשעווער „פֿאָלקס־שטימע‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם סענסאַציאָנעלן אַרטיקל, איז באַקאַנט פֿון די זכרונות פֿונעם רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג, הערש סמאָליאַר. אויב מע גלייבט אים, באַקומט זיך עס אַזוי: פֿאָרנדיק פֿון מאָסקווע, האָט קרישטאַל זיך אָפּגעשטעלט אין וואַרשע. דאָרטן זײַנען זיי, קרישטאַל און סמאָליאַר, אַרויס אויף אַ שפּאַציר, כּדי רעדן פֿרײַ, קיינער זאָל זיי ניט אונטערהערן. סמאָליאַר, ווען ער האָט זיך דערוווּסט וועגן דער גאַנצער מעשׂה, האָט גלײַך באַשלאָסן צו שרײַבן וועגן דעם אין זײַן צײַטונג. אמת, ער האָט, צו ערשט, געפֿרעגט אַ דערלויבעניש בײַ אַ הויך־געשטעלטן פּוילישן פּאַרטיי־פֿונקציאָנער.

הגם אין אָט דער געשיכטע האָט זיך מיר עפּעס ניט אַלץ געלייגט אויפֿן שׂכל, האָב איך זיך פֿון דעסטוועגן, געהאַלטן בײַ אָט דער ווערסיע און זי ניט איין מאָל איבערדערציילט אין מײַנע ביכער און אַרטיקלען. קיין אַנדערן קוואַל, אַ חוץ סמאָליאַרס בוך „אויף דער לעצטער פּאָזיציע, מיט דער לעצטער האָפֿענונג‟, האָב איך ניט געהאַט. כאָטש — נאָך אַ מאָל — האָט עס געקלונגען ניט אין גאַנצן לאָגיש צו דערוואַרטן אַזאַ שריט פֿון סמאָליאַרן, אין תּוך אַ דיסציפּלינירטער און פֿאָרזיכטיקער וועטעראַן פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג. דערצו האָט ער זײַנע זכרונות געשריבן שוין „נאָך אַלעמען‟, אין ישׂראל.

אין יאָר 2012 איז אין מאַסקווע אַרויס אַ נײַ בוך פֿון גענאַדי קאָנסטירטשענקאָ, „די געהיימע פּאָליטיק פֿון כרושטשאָוון: די מלוכה, די אינטעליגענץ, די ייִדישע פֿראַגע‟. קאָסטירטשענקאָ איז גוט באַקאַנט צווישן די היסטאָריקער, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט דער געשיכטע פֿון סאָוועטישע ייִדן. די מעלה פֿון זײַנע ווערק באַשטייט אין דעם, וואָס זיי גיבן איבער דעם אינהאַלט פֿון אַ סך וויכטיקע אַרכיוון־דאָקומענטן. דער חסרון פֿון זײַנע פּובליקאַציעס איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס ער קען ניט קיין אַנדערע שפּראַכן, אַ חוץ רוסיש, און דאָס מאַכט אייניקע זײַנע אויספֿירן באַגרענעצט, אָדער ניט ריכטיק. הקיצור, דאַרף מען זײַן פֿאָרזיכטיק בײַם ניצן זײַנע ביכער און אַרטיקלען.

זײַן בוך „די געהיימע פּאָליטיק פֿון כרושטשאָוון‟ איז כּולל אַ קאַפּיטל וועגן דער פּובליקאַציע אין דער „פֿאָלקס־שטימע‟. לויט קאָסטירטשענקאָ, זעט אויס די מעשׂה גאַנץ אַנדערש, דהײַנו: אַז ס’איז געווען אַ פּלאַן פֿון די סאָוועטישע אידעאָלאָגן אויסצוניצן די פּוילישע ייִדישע צײַטונג ווי אַ קאַנאַל פֿאַר אינפֿאָרמאַציע, וועלכע האָט געדאַרפֿט באַרויִקן די וועלט. אָבער דער רעזולטאַט איז געווען אַ פֿאַרקערטער — דער אַרטיקל האָט אויפֿגערודערט די וועלט. (אַזוי מאַכט זיך עס מיט רפֿואות: מע פּרוּווט היילן עפּעס אַ קרענק, אָבער די רעאַקציע בײַ אייניקע יחידים קען זײַן אַ פּאַראַדאָקסאַלע.)

אַזוי צי אַזוי, אָבער דער אַרטיקל אין „פֿאָלקס־שטימע‟ האָט ממש ווי אַ באָמבע רויִנירט די אַזוי שוין אויך שוואַכע סבֿיבֿה פֿון די ייִדישע קאָמוניסטן אין פֿאַרשיידענע לענדער. אייניקע מענטשן, שאָקירט דורך די אַנטפּלעקונגען, זײַנען פּשוט גלײַך אַוועק פֿון די קאָמוניסטישע אָרגאַניזאַציעס. אַנדערע האָבן געפּרוּווט איבערבויען די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס אין עפּעס אַן אַנדער זאַך, מיט אַ קריטישער באַציִונג צו סטאַליניזם. עס זײַנען געווען אויך אַזעלכע, וואָס האָבן זיך פֿאַרעקשנט און פֿאַרבליבן געטרײַ דעם אַלט־פֿרענקישן קאָמוניזם. הקיצור, מע האָט זיך צעשפּאָלטן, זיך צעקריגט, און ביסלעכווײַז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן.