הונגעריקע קינדער  

Hungry Children


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 20, 2016, issue of April 15, 2016.

ס׳איז אַ מאָדנע צײַט דאָ אין אַמעריקע בכלל, און אין ניו־יאָרק בפֿרט. עס דאַכט זיך מיר שוין אַ פּאָר חדשים, אַז אַלצדינג הענגט פֿאַרגליווערט אין עפּעס אַ קווענקלעניש צוזאַמענגעמישט מיט אַן אימה.

די קעפּלעך פֿון די צײַטונגען שרײַען וועגן די לעצטע חוצפּהדיקע אַרויסזאָגונגען פֿון די פּרעזידענט־קאַנדידאַטן, וואָס דאָס פֿאָלק קען פֿון זיי, אַ פּנים, קיינעם ניט אויסקלײַבן. מײַנע חבֿרים שרעקן זיך פֿאַר דאָנאַלד טראָמפּ און טעד קרוז און רעדן אַרום דעם, ווי אַזוי זיי וואָלטן געקענט קריגן אַ שטעלע אין אויסלאַנד, טאָמער עס ווערט דערוויילט אַ רעפּובליקאַנער. אויף דער גאַס הער איך ווי מע שושקעט זיך צווישן זיך, מיט אַ משונהדיקער פֿאַרגאַפֿטקייט, אַז די פֿעדעראַלע רעגירונג האַלט אין בויען אַ נאַפֿט־רער אונטער אַ נוקלעאַרער סטאַנציע, וואָס וועט קענען, חלילה, אויפֿרײַסן און פֿאַרסמען ניו־יאָרק מיט ראַדיאַציע. אַ חבֿר האָט מיך לעצטנס געפֿרעגט, וויפֿל צײַט מע וואָלט געהאַט צו מאַכן פּליטה, טאָמער דער רעאַקטאָר „אינדיאַן־פּוינט‟, וואָס געפֿינט זיך 20 מײַל אויסער דער שטאָט, ווערט קאַליע. די היגע פּאָליטיקער וועלן אָבער וועגן דעם גאָרניט טאָן, ווײַל זיי זענען אַזוי אַרײַנגעטאָן אינעם אַראָפּרײַסן בנינים, כּדי אויפֿצובויען נײַע, אַז זיי האַלטן, אַ פּנים, ניט קיין אויג אויף דער ריזיקער געפֿאַר אויף צפֿון.

כאָטש די זעלביקע פּאָליטיקער טענהן, אַז מע וועט בויען אַ סך דירות, וואָס די ניט־רײַכע אײַנוווינער וועלן זיך קענען פֿאַרגינען צו דינגען, ווערן ס׳רובֿ פֿון די געוועזענע תּושבֿים, וואָס האָבן געוווינט אין אָט די אַראָפּגעריסענע געבײַדעס, פֿאַקטיש פֿאַרטריבן אין ביליקערע געגנטן. געוויסע פֿון זיי ווערן היימלאָז און מע באַגעגנט זיך מיט זיי אַ מאָל אויף דער באַן. די אומבאַשלאָסנקייט, דאָס געזעלשאַפֿטלעכע קווענקלעניש, אין וועלכן מיר געפֿינען זיך איצט, שפּיגלט זיך אָפּ אויף די פּנימער פֿון די דאָזיקע היימלאָזע, וואָס ווייסן ניט, וווּהין צו גיין און צו וועמען זיך צו ווענדן.

אַז מע גייט אויף דער גאַס, הערט מען הײַנט אומעטום: „קענסט מיר געבן אַ ביסל געלט?‟, „קענסט מיר דערלאַנגען עסן?‟ אָדער „איך האָב ניט געגעסן שוין צוויי טעג‟. איך קען באמת ניט קוקן די מענטשן אין פּנים אַרײַן, ווײַל ווען איך וואָלט יאָ גוט געקוקט אויף זיי, וואָלט איך זיך געפֿילט בחובֿ זיי כאָטש צו געבן אַ דאָלאַר, און ס׳זענען דאָ אַזוי פֿיל בעטלער אין ניו־יאָרק, אַז איך וואָלט אַליין אין גיכן ניט געהאַט אויף וואָס צו עסן.

לעצטנס בין איך געווען אויף דער באַן, פֿאָרנדיק „אָפּטאַון‟ ערבֿ־שבת. דער וואַגאָן איז געווען אָנגעפּאַקט און ס׳האָט געשטונקען פֿון שווייס, אַלקאָהאָל, מאַריכואַנע און ווער ווייסט מיט וואָס נאָר. ווי תּמיד, איז אין וואַגאָן געווען אַ געפּילדער, סײַ פֿון די פּאַסאַזשירן, סײַ פֿון די כּסדרדיקע אַנאָנסן פֿונעם קאָנדוקטאָר, אַז מע וועט באַלד אין ערגעץ ניט פֿאָרן, ווײַל די פּאָליציי פֿאָרשט אויס אַן „אינצידענט‟ אויף אַ קומענדיקער סטאַנציע. די מענטשן אין וואַגאָן האָבן זיך איבערגעשושקעט, אַז מסתּמא איז „נאָך עמעצער‟ באַגאַנגען זעלבסטמאָרד. איך האָב געעפֿנט אַ צײַטונג, טראַכטנדיק, אַז אפֿשר דורכן לייענען וועל איך קענען בלאָקירן די אַלע רייד.

איבער די רעשנדיקע קלאַנגען און שושקערײַ דערהער איך ווי עס עפֿענען זיך די הינטערשע טירן פֿונעם וואַגאָן. עס קומט אַרײַן אַ נעבעכדיקע פֿרוי מיט צוויי קינדער. די פֿרוי זעט אויס ווי זי וואָלט געווען דורכגעווייקט פֿון די אייגענע טרערן; אין גאַנצן אַ נאַסע, האַלט זי אין איין וויינען און כליפּען. איר טאָכטער, אַ מיידל פֿון אַרום 8 יאָר מיט קורצע צעפּ, שטייט אַ פּאָר טריט הינטער דער מאַמען און שטעלט אַ בראַווע מינע, ווי עס וואָלט איר בכלל ניט אָנגעגאַנגען וואָס עס קומט דאָ פֿאָר. זי קוקט ניט אויף דער מאַמען, ווי אויך ניט אויף איר קליין ברודערל, וואָס שלאָפֿט אין אַ צעשלאָגענעם וועגעלע. די פֿרוי גיט אַ שטופּ דאָס וועגעלע און די משה־קאַפּויערדיקע רעדלעך דרייען זיך אין פֿאַרקערטע ריכטונגען. נאָך אַ פּאָר שטאַרקע שטופּן שטייט זי שוין מיט איר זון אין סאַמע מיט פֿונעם וואַגאָן.

„מײַנע ליבע דאַמען און הערן‟, זאָגט זי הויך אויף אַ קול. „מײַן מאַן איז טויט‟.

דער מאָדנער אויסדרוק כאַפּט מײַן אויפֿמערק. אויף ענגליש זאָגט מען ניט געוויינטלעך, אַז עמעצער „איז טויט‟, שוין גיכער „געשטאָרבן‟ אָדער „לעבט ניט מער‟. אַז עמעצער „איז טויט‟ הייסט, געוויינטלעך, אַז ס׳איז אַ פֿרישע נײַעס און דער מענטש איז, ניט פֿאַר אונדז געדאַכט, נאָר וואָס געהאַט געשטאָרבן. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, ווי די קינדער האָבן געוויינט ערגעץ אין אַ מאָרג אויף סטאַטען־אײַלאַנד אָדער אין די בראָנקס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.