ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published March 21, 2016, issue of April 15, 2016.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

נײַ־זעלאַנד טאַדלט ייִדישע זידלונגען

נײַ־זעלאַנדס אױסערן־מיניסטער, מאָרי מעק קאָלי, האָט געטאַדלט די ישׂראלדיקע רעגירונג פֿאַר פֿאָרזעצן מיט נײַע ייִדישע זידלונגען בעת ער האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט פֿאַרן „לאָװי־אינסטיטוט פֿאַר אינטערנאַציאָנעלער פּאָליטיק‟ אין סידנעי. דער אינסטיטוט איז געגרינדעט געװאָרן פֿונעם אױסטראַליש־ייִדישן געשעפֿטס־מאַן, פֿרענק לאָװי, אײנער פֿון דער שארית־הפּליטה, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין סלאָװאַקיע.

מעק קאָלי האָט פֿאַרגעזעצט, זאָגנדיק, אַז צוליב די נײַע זידלונגען האָט די סיטואַציע אױפֿן מערבֿ־ברעג זיך פֿאַרערגערט און די מעגלעכקײט פֿון אַ צװײ־שטאַטישער לײזונג האָט זיך פֿאַרקלענערט. ער זאָגט, אַז לױט נײַ־זעלאַנד דאַרף דער זיכערהײט־ראַט פֿון די פֿאַראײניקטע פֿעלקער צװינגען ישׂראל און די פּאַלעסטינער פֿאָרצוזעצן מיט שלום־שמועסן. זײַן רעגירונג פֿאַרשפּרײט אַ פּעטיציע, װאָס רופֿט די פֿאַראײניקטע פֿעלקער אָנצונעמען אַזאַ פּלאַן.

דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אױסטראַליע, ד״ר דעני לאַם, האָט געעצהט נאָכן רעפֿעראַט, אַז נײַ־זעלאַנד זאָל פֿאָדערן בײַ די פּאַלעסטינער, אַז זײ זאָלן זיך אָפּזאָגן פֿון גװאַלד־אַקטן און אַז זײ זאָלן זוכן אַ יושרדיקן שלום־אָפּמאַך.

צװײ ייִדישע קריקעט־מאַנשאַפֿטן געװינען סוף־סעזאָניקע פֿאַרמעסטן

צװײ קריקעט־מאַנשאַפֿטן פֿון דער „אײדזשעקס־מכּבי אױסטראַלישער פֿוסבאַל־ליגע‟, די צװײטע און דריטע ראַנגיקע מאַנשאַפֿטן, האָבן געװוּנען זײערע סוף־סעזאָניקע פֿאַרמעסטן אין מעלבורן צום ערשטן מאָל אין 32 יאָר. דעמאָלט האָבן די ערשט־ראַנגיקע און דריט־ראַנגיקע מאַנשאַפֿטן געװוּנען די סוף־סעזאָניקע פֿאַרמעסטן.