דער טאָראָנטער פֿעסטיוואַל „אָט אַזוי‟

Toronto Festival 'Ot Azoy'

אויפֿן הײַיאָריקן טאָראָנטער פֿעסטיוואַל „אָט אַזוי‟
אויפֿן הײַיאָריקן טאָראָנטער פֿעסטיוואַל „אָט אַזוי‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 22, 2016, issue of April 15, 2016.

דעם 6טן מאַרץ האָט זיך אין טאָראָנטאָ פֿאַרענדיקט דער דריטער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל „אָט אַזוי‟, אָרגאַניזירט דורכן רוסיש־שפּראַכיקן קלוב Et Cetera.

דעם ערשטן טאָג פֿונעם זונטיק־פֿעסטיוואַל, דעם 28סטן פֿעברואַר, איז פֿאָרגעקומען אַ גאַנצע ריי 45־מינוטיקע קולטור־אונטערנעמונגען. מיט אַ וואָך שפּעטער איז פֿאָרגעקומען אַ לאַנגער מוזיקאַלישער קאָנצערט.

אויפֿן פֿעסטיוואַל איז אויפֿגעטראָטן דער באַקאַנטער מאָסקווער לידער־מחבר און זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ; די אוקראַיִניש־געבוירענע זינגערין עראַ טשאָרנאַ; אַן אַנדער וואָקאַליסטקע, אָלגאַ זינגערמאַן, האָט געזונגען לידער אויף ייִדיש אונטערן פּיאַנע־אַקאָמפּאַנימענט פֿון יוליאַ טשערניק; די גרופּע „ייִדל מיט אַ פֿידל‟ האָט געשפּילט כּלי־זמרישע מעלאָדיעס. דער קינדער־אַנסאַמבל „אָקטאַווע‟, בראָש מיט מאַרגאַריטאַ ראָמקאָ, האָט אַרויסגעוויזן אַן הויכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ.

דער מאָסקווער זשורנאַליסט מאַקסים קראַווטשינסקי האָט געגעבן אַ לעקציע וועגן די „פֿאַרבאָטענע לידער‟, וואָס די סאָוועטישע צענזור האָט נישט געלאָזט זינגען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַן אַנדער זשורנאַליסט, אַלכּסנדר גערשטיין, האָט דערציילט וועגן זײַן טאַטן, דעם רעזשיסאָר איזיע (ישׂראל) גערשטיין, וועלכער האָט במשך פֿון 50 יאָר געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם קירגיזישן קינעמאַטאָגראַף. די שרײַבערין אײַרין טשו האָט באַקענט דעם עולם אויף ענגליש מיט דער פֿאַרכאַפּנדיקער געשיכטע פֿון די כינעזישע ייִדן.

אַחוץ די דערמאָנטע מוזיקער און קולטור־טוער, זענען אויפֿן פֿעסטיוואַל אויפֿגעטראָטן נאָך אַ ריי פּאָעטן, פֿאָרשער און פּעדאַגאָגן. ס׳רובֿ אונטערנעמונגען זענען דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם זאַל פֿונעם קאָנסול־אָפּטייל בײַ דער טאָראָנטער מוניציפּאַליטעט.

די פּאָעטעסע וויטאַ שטיוועלמאַן, די גרינדערין פֿונעם קלוב Et Cetera, האָט צום ערשטן מאָל אָרגאַניזירט די יערלעכע פֿעסטיוואַל־פּראָגראַם אין 2014. הײַיאָר, האָט זי פֿאָרגעלייענט אויף רוסיש שלום־עליכמס דערציילונג „דער דריטער קלאַס‟, וואָס איר זיידע, יעקבֿ שטיוועלמאַן, האָט מײַסטעריש איבערזעזעצט אויף רוסיש, אָפּהיטנדיקן דעם זאַפֿטיקן קאָלאָריט פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל.

מיט אַ יאָר צוריק, האָט באָריס סאַנדלער, דער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, דערציילט אויפֿן פֿעסטיוואַל וועגן דער צײַטונג. די אָרגאַניזאַטאָרן באַטאָנען אָבער, אַז הגם מ׳האָט באַשלאָסן אָנצורופֿן דעם פֿעסטיוואַל דווקא אויף ייִדיש, „אָט אַזוי‟, פֿאָקוסירט זיך נישט די אונטערנעמונג בלויז אויף דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור. די באַטייליקטע מוזן נישט זײַן דווקא ייִדן; בעת דער פּראָגראַם, אַחוץ ייִדיש און רוסיש, האָט זיך אויך געהערט ענגליש און העברעיִש.