מײַן ליבע אין פּאַריז

My Parisian Sweetheart

Yehuda Blum

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 23, 2016, issue of April 15, 2016.

אױ, װי קלוג און װײַטזיניק זײַנען געװען אונדזערע אָבֿות, װען זײ האָבן אונדז אָנגעזאָגט, אַז מיר זאָלן זיך קײן מאָל ניט שװערן און באַזונדערס, מיר זאָלן קײן מאָל ניט זאָגן „קײנמאָל‟.

טאַקע אין אַזאַ נאַרישער סיטואַציע פֿיל איך זיך הײַנט, װען איך קלײַב זיך װידער אַ מאָל שרײַבן װעגן פּאַריז, כאָטש פּונקט מיט אַ חודש צוריק האָב איך זיך געזעגנט מיט דער־אָ שטאָט און געזאָגט צו זיך אַלײן: שױן, גענוג, מיט פּאַריז האָב איך פֿאַרענדיקט און קײנמאָל זיך ניט אומקערן צו דער־אָ טעמע. נו, יאָ, װי זאָגט איר, ר׳ ייִד?… צוזאָגן און ליב האָבן קאָסט נישט קיין געלט…

אַנומלטן מאַך איך אַן אָרדענונג אױף מײַן אַרבעטס־טיש און אָט שטעק איך זיך אָן אױף אַ ביכל, װאָס ליגט זיך, נעבעך, אַזױ פֿאַריתומט אין אַ װינקל, בענקט נאָך מײַנע בלינדעװאַטע אױגן. דאָס ביכל הײסט „פּאַריזער היסטאָרישע קוריאָזן‟ (1965), און דער מחבר פֿונעם ביכל איז דער כּמעט פֿאַרגעסענער שרײַבער יחזקאל קאָרענהענדלער. אַ פּאָר זײַנע ביכלעך האָב איך אַ מאָל געלײענט און קײן גרױסן רושם האָבן זײ אױף מיר נישט געמאַכט, נאָר װאָס?… דער ייִד האָט געהאַט אַ באמת פּראָפֿעסיאָנעלן שרײַבערישן חוש בײַם אױסקלײַבן שפּאַנענדיקע טעמעס פֿאַר זײַנע װערק.

געשריבן האָט ער, קײן עין־הרע, בײַ טאָג און בײַ נאַכט — אי װעגן י. ל. פּרצן, אי װעגן נאַפּאָלעאָנען, אי װעגן אַלט פּאַריז, אי װעגן דער באַרימטער ייִדיש־פֿראַנצײזישער אַקטריסע ראַשעל… מילא, נעם איך דאָס ביכל אין די הענט און בלעטער עס איבער; און באַלד שטעק איך זיך אָן אױף אַ שײנער און גאָר עלעגאַנטער פּליאָטקע װעגן דער מאַרקיזע ד׳עספּאַרבע, אַ געליבטע פֿונעם לודאָװיק דער פֿופֿצנטער. די־אָ פּליאָטקע האָט מיך גלײַך אומגעקערט אין דער צײַט פֿון מײַן יוגנט, װען איך בין געװען װילד פֿאַרליבט אין אַ פּאַריזער מײדל, מיט װעלכער כ׳האָב זיך באַקענט אין לענינגראַד, און געקליבן אַ גראָש צו אַ גראָש, כּדי צו קױפֿן אַ בילעט און פֿליִען צו איר אין פּאַריז, װוּהין זי האָט מיך אײַנגעלאַדן…

אָבער, קודם־כּל, די מעשׂה װעגן דער געליבטער פֿונעם פֿראַנצײזישן קעניג: דער באַקאַנטער סקולפּטאָר בושאַרדאָן האָט אַ מאָל אײַנגעלאַדן די מאַרקיזע ד׳עספּאַרבע צו זיך אין אַטעליע, און כּדי ניט שאָקירן די צניעותדיקע געפֿילן פֿון דער מאַרקיזע, האָט ער צוגעדעקט מיט גרינע פֿײַגנבלעטער די באַשטימטע ערטער פֿון זײַנע נאַקעטע מענער־סקולפּטורן. צום סוף פֿון דעם װיזיט האָט בושאַרדאָן אַ פֿרעג געטאָן די מאַרקיזע:

— װאָס טראַכט איר װעגן מײַנע סקולפּטורן?