צה״ל וועט מאָביליזירן אַ פֿאַלשן „חרדי‟

Israeli Army to Draft Phony "Haredi"

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published March 23, 2016, issue of April 15, 2016.

ירושלים. — די צה״ל־כּוחות האָבן באַשלאָסן צו מאָביליזירן אַ ישיבֿה־בחור, וואָס האָט געזאָגט, אַז ער איז אַ חרדישער ייִד, נאָך דעם ווי זײַן געוועזענע חבֿרטע האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף „פֿייסבוק‟ אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס ווײַזט ווי זיי קושן זיך.

אין איר „פּאָסט‟ האָט דאָס מיידל, וואָס מע האָט נישט אָנגעגעבן איר נאָמען, דערציילט, אַז זי האָט געהאַט סעקסועלע באַציִונגען מיטן חרדישן בחור, און ער האָט זי פֿאַרלאָזט, האָט זונטיק איבערגעגעבן דער ישׂראלדיקער קאַנאַל 10.

ווי נאָר די אַרמיי האָט זיך דערוווּסט וועגן דער פֿאָטאָגראַפֿיע אויף „פֿייסבוק‟, האָט מען דעם בחור געשיקט אַ בריוו, אינפֿאָרמירנדיק אים, אַז זײַן פֿאַרלאַנג באַפֿרײַט צו ווערן פֿון מיליטער אויפֿן סמך פֿון זײַן פֿרומקייט איז אַ בלאָף, האָט קאַנאַל 10 געזאָגט.

אַ סך חרדים שטעלן זיך אַנטקעגן דעם דינען אין מיליטער, צוליב דער נישט־צניעותדיקער סבֿיבֿה אין דער אַרמיי. ביז איצט האָט די אַרמיי זיי געלאָזט נישט דינען, כּדי זיי זאָלן קענען ממשיך זײַן זייער תּורה לערנען.

לויטן דין, טאָרן פֿרומע ייִדן נישט אָנרירן די מיטגלידער פֿונעם צווייטן מין, סײַדן מיט דער אייגענער פֿרוי אָדער מאַן, נאָך דער חתונה. קאַנאַל 10 האָט דערקלערט, אַז צה״ל באַטראַכט איצט צו גרינדן אַ ספּעציעלן ציבער־אָפּטייל, וואָס זאָל אויספֿאָרשן, דורך דער סאָציאַלער מעדיאַ, אַלע חרדישע ישיבֿה־בחורים, וואָס בעטן באַפֿרײַט צו ווערן פֿון מיליטער, כּדי צו באַשטעטיקן, צי זיי זענען טאַקע נאָך אַלץ פֿרום. אַ וואָרטזאָגער פֿאַר צה״ל האָט געזאָגט, אַז פֿון איצט אָן, אויב מע וועט אויסגעפֿינען, אַז אַ בחור זאָגט אַ ליגן וועגן זײַן כּלומרשטיקער פֿרומקייט, וועט מען אים תּיכּף מאָביליזירן.